שוֹפֿטִים א
א
1און עס איז געװען נאָך דעם טױט פֿון יְהוֹשועַן, האָבן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל געפֿרעגט בײַ ה׳, אַזױ צו זאָגן: װער זאָל אונדז צוערשט אַרױפֿגײן אַקעגן דעם כּנַעֲני, מלחמה צו האַלטן אױף אים? 2האָט ה׳ געזאָגט: יהוּדה זאָל אַרױפֿגײן; זע, איך האָב געגעבן דאָס לאַנד אין זײַן האַנט.
3האָט יהוּדה געזאָגט צו זײַן ברודער שמעון: גײ אַרױף מיט מיר אין מײַן גורל, און מיר װעלן מלחמה האַלטן אױפֿן כּנַעֲני, און איך װעל אױך גײן מיט דיר אין דײַן גורל. איז שמעון געגאַנגען מיט אים.
4און יהוּדה איז אַרױפֿגעגאַנגען, און ה׳ האָט געגעבן דעם כּנַעֲני און דעם פּרִזי אין זײער האַנט, און זײ האָבן געשלאָגן פֿון זײ אין בֶזֶק צען טױזנט מאַן. 5און זײ האָבן געפֿונען אַדוני-בֶזֶקן אין בֶזֶק, און האָבן מלחמה געהאַלטן אױף אים, און האָבן געשלאָגן דעם כּנַעֲני און דעם פּרִזי. 6איז אַדוני-בֶזֶק אַנטלױפֿן, און זײ האָבן אים נאָכגעיאָגט, און האָבן אים געכאַפּט, און האָבן אָפּגעהאַקט די דױמען פֿון זײַנע הענט און זײַנע פֿיס. 7האָט אַדוני-בֶזֶק געזאָגט: זיבעציק מלכים מיט די דױמען פֿון זײערע הענט און זײערע פֿיס אָפּגעהאַקט האָבן געקליבן אונטער מײַן טיש; אַזױ װי איך האָב געטאָן; אַזױ האָט מיר אלֹקים באַצאָלט, און זײ האָבן אים געבראַכט קײן ירושָלַיִם, און ער איז דאָרטן געשטאָרבן.
8און די קינדער פֿון יהוּדה האָבן מלחמה געהאַלטן אױף ירושָלַיִם, און האָבן זי באַצװוּנגען, און זי געשלאָגן מיטן שאַרף פֿון שװערד, און די שטאָט האָבן זײ אַװעקגעלאָזט אין פֿײַער. 9און דערנאָך האָבן די קינדער פֿון יהוּדה אַראָפּגענידערט מלחמה צו האַלטן אױף דעם כּנַעֲני, דעם באַװױנער פֿון דעם געבערג און דעם דָרום און דער נידערונג. 10און יהוּדה איז געגאַנגען אױף דעם כּנַעֲני װאָס איז געזעסן אין חֶבֿרוֹן – און דער נאָמען פֿון חֶבֿרוֹן איז פֿריער געװען קִריַת-אַרבע – און זײ האָבן דערשלאָגן שֵשַין, און אַחימָנען, און תַּלמַין. 11און פֿון דאָרטן איז ער געגאַנגען אױף די באַװױנער פֿון דבֿיר; און דער נאָמען פֿון דבֿיר איז פֿריער געװען קִריַת-סֵפֿר.
12און כָּלֵבֿ האָט געזאָגט: װער עס װעט שלאָגן קִריַת-סֵפֿר, און װעט זי באַצװינגען, װעל איך אים געבן מײַן טאָכטער עַכסָהן פֿאַר אַ װײַב.
13האָט זי באַצװוּנגען עָתניאֵל דער זון פֿון קנַזן, כָּלֵבֿס ייִנגערער ברודער, און ער האָט אים געגעבן זײַן טאָכטער עַכסָהן פֿאַר אַ װײַב.
14און עס איז געװען, אַז זי איז אָנגעקומען, האָט זי אים אָנגערעדט צו בעטן פֿון איר פֿאָטער אַ פֿעלד. און װי זי האָט זיך אַראָפּגעלאָזט פֿון אײזל, אַזױ האָט כָּלֵבֿ צו איר געזאָגט: װאָס איז דיר? 15האָט זי צו אים געזאָגט: שענק מיר אַ מתּנה; װאָרעם אין אַ טרוקענעם לאַנד האָסטו מיך אױסגעגעבן; דערום זאָלסטו מיר געבן קװאַלן װאַסער. האָט איר כָּלֵבֿ געגעבן די אױבערשטע קװאַלן און די אונטערשטע קװאַלן.
16און די קינדער פֿון דעם קֵיני, משהס שװער, זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען פֿון דער שטאָט פֿון טײטלבײמער מיט די קינדער פֿון יהוּדה צו דעם מדבר פֿון יהוּדה װאָס אין דָרום פֿון עַרָד; און זײ זײַנען געגאַנגען און האָבן זיך באַזעצט מיט דעם פֿאָלק.
17און יהוּדה איז געגאַנגען מיט זײַן ברודער שמעון, און זײ האָבן געשלאָגן דעם כּנַעֲני, דעם באַװױנער פֿון צפַֿת און האָבן זי געמאַכט חרם, און מע האָט גערופֿן דעם נאָמען פֿון דער שטאָט חָרמָה. 18און יהוּדה האָט באַצװוּנגען עַזָה מיט איר געמאַרק, און אַשקלוֹן מיט איר געמאַרק, און עֶקרוֹן מיט איר געמאַרק. 19און ה׳ איז געװען מיט יהוּדה, און ער האָט אײַנגענומען דאָס געבערג; װאָרעם די באַװױנער פֿון טאָל איז נישט געװען צו פֿאַרטרײַבן, װײַל זײ האָבן געהאַט אײַזערנע רײַטװעגן. 20און זײ האָבן געגעבן חֶבֿרוֹן צו כָּלֵבֿן, אַזױ װי משה האָט אָנגעזאָגט; און ער האָט פֿאַרטריבן פֿון דאָרטן די דרײַ זין פֿון עַנָק.
21און דעם יבֿוסי, דעם באַװױנער פֿון ירושָלַיִם, האָבן די קינדער פֿון בנימין נישט פֿאַרטריבן; און דער יבֿוסי איז געבליבן זיצן מיט די קינדער פֿון בנימין אין ירושָלַיִם ביז אױף הײַנטיקן טאָג.
22און דאָס הױז פֿון יוֹסף, זײ אױך זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען אױף בֵית-אֵל, און ה׳ איז געװען מיט זײ. 23און דאָס הױז פֿון יוֹסף האָט געלאָזט אױסקוקן בֵית-אֵל – און דער נאָמען פֿון דער שטאָט איז פֿריער געװען לוז – 24און די װעכטערס האָבן געזען אַ מאַן אַרױסגײן פֿון שטאָט, און האָבן צו אים געזאָגט: װײַז אונדז אַקאָרשט דעם אײַנגאַנג פֿון שטאָט, און מיר װעלן טאָן מיט דיר חֶסֶד. 25האָט ער זײ געװיזן דעם אײַנגאַנג פֿון שטאָט, און זײ האָבן געשלאָגן די שטאָט מיטן שאַרף פֿון שװערד; און דעם מאַן און זײַן גאַנצע משפּחה האָבן זײ אַװעקגעלאָזט. 26און דער מאַן איז געגאַנגען אין לאַנד פֿון די חִתּים, און האָט געבױט אַ שטאָט, און גערופֿן איר נאָמען לוז; דאָס איז איר נאָמען ביז אױף הײַנטיקן טאָג.
27און מנַשֶה האָט נישט פֿאַרטריבן בֵית-שְאָן און אירע טעכטערשטעט, און תַּעֲנָך און אירע טעכטערשטעט, און די באַװױנער פֿון דוֹר און אירע טעכטערשטעט, און די באַװױנער פֿון יִבֿלְעָם און אירע טעכטערשטעט, און די באַװױנער פֿון מגִדוֹ און אירע טעכטערשטעט; און דער כּנַעֲני איז באַשטאַנען צו בלײַבן זיצן אין דעם דאָזיקן לאַנד. 28און עס איז געװען, אַז יִשׂרָאֵל איז שטאַרק געװאָרן, האָט ער געמאַכט דעם כּנַעֲני צו צינדז, אָבער פֿאַרטרײַבן האָט ער אים נישט פֿאַרטריבן.
29און אפֿרים האָט נישט פֿאַרטריבן דעם כּנַעֲני װאָס איז געזעסן אין גֶזֶר, און דער כּנַעֲני איז געבליבן זיצן צװישן אים אין גֶזֶר.
30זבֿולון האָט נישט פֿאַרטריבן די באַװױנער פֿון קִטרון, און די באַװױנער פֿון נַהֲלול; און דער כּנַעֲני איז געבליבן זיצן צװישן אים, און איז געװאָרן צו צינדז.
31אָשֵר האָט נישט פֿאַרטריבן די באַװױנער פֿון עַכּו, און די באַװױנער פֿון צידון, און אַחלבֿ, און אַכזיבֿ, און חֶלבה, און אַפֿיק, און רחוֹבֿ. 32און דער אָשֵרי איז געזעסן צװישן דעם כּנַעֲני, די באַװױנער פֿון לאַנד, װאָרעם ער האָט אים נישט פֿאַרטריבן.
33נַפֿתָּלי האָט נישט פֿאַרטריבן די באַװױנער פֿון בֵית-שֶמֶש, און די באַװױנער פֿון בֵית-עַנָת. און ער איז געזעסן צװישן דעם כּנַעֲני, די באַװױנער פֿון לאַנד; אָבער די באַװױנער פֿון בֵית-שֶמֶש און בֵית-עַנָת זײַנען געװאָרן בײַ זײ צו צינדז.
34און דער אֶמוֹרי האָט אַרױפֿגעשטופּט די קינדער פֿון דָן צום געבערג, װאָרעם ער האָט זײ נישט געלאָזט אַראָפּנידערן אין טאָל. 35און דער אֶמוֹרי איז באַשטאַנען צו בלײַבן זיצן אין הַר-חֶרס, אין אַיָלוֹן, און אין שַעַלבֿים; אָבער די האַנט פֿון דעם הױז פֿון יוֹסף איז געװען שװער, און זײ זײַנען געװאָרן צו צינדז. 36און דער געמאַרק פֿון אֶמוֹרי איז געװען פֿון דעם אױפֿגאַנג פֿון עַקרַבים פֿון סֶלַע און אַרױף צו.
Currently Selected:
שוֹפֿטִים א: OYNEVIIM
Highlight
Share
Copy
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Tanakh,
© Artists for Israel International, 2025