יְהוֹשועַ כד
כד
1און יְהוֹשועַ האָט אײַנגעזאַמלט אַלע שבֿטים פֿון יִשׂרָאֵל קײן שכֶם, און ער האָט גערופֿן די עלטסטע פֿון יִשׂרָאֵל, און זײערע הױפּטלײַט, און זײערע ריכטער, און זײערע אױפֿזעער; און זײ האָבן זיך געשטעלט פֿאַר האלֹקים. 2און יְהוֹשועַ האָט געזאָגט צום גאַנצן פֿאָלק: אַזױ האָט געזאָגט ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל: אױף יענער זײַט טײַך זײַנען געזעסן אײַערע עלטערן פֿון אײביק אָן, תֶּרַח דער פֿאָטער פֿון אבֿרהמען, און דער פֿאָטער פֿון נָחוֹרן; און זײ האָבן געדינט פֿרעמדע ג‑טער. 3און איך האָב גענומען אײַער פֿאָטער אבֿרהמען פֿון יענער זײַט טײַך, און האָב אים דורכגעפֿירט דורך גאַנץ לאַנד כּנַעַן; און איך האָב געמערט זײַן זאָמען, און אים געגעבן יִצחָקן. 4און איך האָב געגעבן צו יִצחָקן יעקבֿן און עֵשָׂון; און איך האָב געגעבן עֵשָׂון דעם באַרג שֵׂעִיר אים צו אַרבן; און יעקבֿ און זײַנע קינדער האָבן גענידערט קײן מִצרַיִם. 5און איך האָב געשיקט משהן און אַהרֹנען, און האָב געפּלאָגט מִצרַיִם, לױט װאָס איך האָב געטאָן צװישן זײ, און דערנאָך האָב איך אײַך אַרױסגעצױגן. 6און איך האָב אַרױסגעצױגן אײַערע עלטערן פֿון מִצרַיִם, און איר זײַט געקומען צום ים, און די מִצרַיִם האָבן נאָכגעיאָגט אײַערע עלטערן מיט רײַטװעגן און מיט רײַטער ביזן ים-סוףֿ. 7און זײ האָבן געשריִען צו ה׳, און ער האָט געמאַכט אַ פֿינצטערניש צװישן אײַך און צװישן די מִצרַיִם, און געבראַכט אױף זײ דעם ים, און זײ צוגעדעקט; און אײַערע אױגן האָבן געזען װאָס איך האָב געטאָן מיט מִצרַיִם. און איר זײַט געבליבן אין מדבר פֿיל טעג. 8און איך האָב אײַך געבראַכט אין לאַנד פֿון דעם אֶמוֹרי װאָס זיצט אױף יענער זײַט יַרדן, און זײ האָבן מלחמה געהאַלטן מיט אײַך, און איך האָב זײ געגעבן אין אײַער האַנט, און איר האָט געאַרבט זײער לאַנד, און איך האָב זײ פֿאַרטיליקט פֿון פֿאַר אײַך. 9איז אױפֿגעשטאַנען בָלָק דער זון פֿון צִפּוֹרן, דער מלך פֿון מוֹאָבֿ, און האָט מלחמה געהאַלטן אַקעגן יִשׂרָאֵל; און ער האָט געשיקט און גערופֿן בִלעָם דעם זון פֿון בעוֹרן, אײַך צו שילטן. 10אָבער איך האָב נישט געװאָלט צוהערן צו בִלעָמען, און בענטשן האָט ער אײַך געבענטשט; און איך האָב אײַך מציל געװען פֿון זײַן האַנט. 11און איר זײַט אַריבערגעגאַנגען דעם יַרדן, און איר זײַט געקומען צו יריחוֹ, און עס האָבן מלחמה געהאַלטן אַקעגן אײַך די מענער פֿון יריחוֹ, דער אֶמוֹרי, און דער פּרִזי, און דער כּנַעֲני, און דער חִתּי, און דער גִרגָשי, דער חִוִי, און דער יבֿוסי; און איך האָב זײ געגעבן אין אײַער האַנט. 12און איך האָב געשיקט אײַך פֿאַרױס די האָרנבין, און זי האָט זײ פֿאַרטריבן פֿון פֿאַר אײַך, די צװײ מלכים פֿון אֶמוֹרי; נישט מיט דײַן שװערד, און נישט מיט דײַן בױגן.
13און איך האָב אײַך געגעבן אַ לאַנד װאָס איר האָט נישט געאַרבעט צו קריגן, און שטעט װאָס איר האָט נישט געבױט, און איר האָט זיך אין זײ באַזעצט; װײַנגערטנער און אײלבערטגערטנער װאָס איר האָט נישט געפֿלאַנצט, עסט איר. 14און אַצונד, האָט מורא פֿאַר ה׳, און דינט אים מיט גאַנצקײט און מיט אמת; און טוט אָפּ די ג‑טער װאָס אײַערע עלטערן האָבן געדינט, אױף יענער זײַט טײַך, און אין מִצרַיִם, און דינט ה׳. 15און אױב עס איז שלעכט אין אײַערע אױגן צו דינען ה׳, װײלט אײַך אױס הײַנט װעמען איר װילט דינען, ענטװעדער די ג‑טער װאָס אײַערע עלטערן האָבן געדינט אױף יענער זײַט טײַך, אָדער די ג‑טער פֿון דעם אֶמוֹרי, װאָס איר זיצט אין זײער לאַנד; און איך און מײַן הױזגעזינט װעלן דינען ה׳. 16האָט געענטפֿערט דאָס פֿאָלק און האָט געזאָגט: חלילה אונדז צו פֿאַרלאָזן ה׳, כּדי צו דינען פֿרעמדע ג‑טער! 17װאָרעם ה׳ אלוקינו איז דער װאָס האָט אױפֿגעבראַכט אונדז און אונדזערע עלטערן פֿון לאַנד מִצרַיִם, פֿון דעם הױז פֿון קנעכטשאַפֿט, און װאָס האָט געטאָן פֿאַר אונדזערע אױגן די דאָזיקע גרױסע צײכנס, און האָט אונדז אָפּגעהיט אױף דעם גאַנצן װעג װאָס מיר זײַנען געגאַנגען אױף אים, און צװישן אַלע פֿעלקער װאָס מיר זײַנען דורכגעגאַנגען דורך זײ.
18און ה׳ האָט פֿאַרטריבן פֿון פֿאַר אונדז אַלע פֿעלקער און דעם אֶמוֹרי, דעם באַװױנער פֿון לאַנד; דערום װעלן מיר אױך דינען ה׳, װאָרעם ער איז אלוקינו. 19האָט יְהוֹשועַ געזאָגט צום פֿאָלק: איר װעט נישט קענען דינען ה׳, װאָרעם אַ הײליקער אלֹקים איז ער, אַן אֵל קַנֹּוא איז ער; ער װעט נישט פֿאַרגעבן אײַער פֿאַרברעך און אײַערע זינד. 20אױב איר װעט פֿאַרלאָזן ה׳, און װעט דינען פֿרעמדע ג‑טער, װעט ער זיך קערן און װעט אײַך שלעכטס טאָן, און װעט אײַך פֿאַרלענדן, נאָכדעם װי ער האָט אײַך גוטס געטאָן.
21האָט דאָס פֿאָלק געזאָגט צו יְהוֹשועַן: נײן, נײַערט ה׳ װעלן מיר דינען. 22האָט יְהוֹשועַ געזאָגט צום פֿאָלק: איר זײַט עדות קעגן אײַך אַלײן, אַז איר האָט אײַך אױסדערװײלט ה׳, אים צו דינען. – און זײ האָבן געזאָגט: עדות! – 23און אַצונד טוט אָפּ די פֿרעמדע ג‑טער װאָס צװישן אײַך, און נײגט אײַער האַרץ צו ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל. 24האָט דאָס פֿאָלק געזאָגט צו יְהוֹשועַן: ה׳ אלוקינו װעלן מיר דינען, און צו זײַן קֹול װעלן מיר צוהערן. 25און יְהוֹשועַ האָט געשלאָסן אַ ברית מיטן פֿאָלק אין יענעם טאָג, און ער האָט זײ געמאַכט חוקים און געזעצן אין שכֶם. 26און יְהוֹשועַ האָט אױפֿגעשריבן די דאָזיקע װערטער אין בוך פֿון ג-טס תּורה; און ער האָט גענומען אַ גרױסן שטײן, און האָט אים דאָרטן אױפֿגעשטעלט אונטער דעם אײכנבױם װאָס בײַם מִקדָש פֿון ה׳. 27און יְהוֹשועַ האָט געזאָגט צום גאַנצן פֿאָלק: אָט דער דאָזיקער שטײן זאָל זײַן פֿאַר אַן עדות אַקעגן אונדז, װאָרעם ער האָט געהערט אַלע װערטער פֿון ה׳, װאָס ער האָט מיט אונדז גערעדט; און ער װעט זײַן פֿאַר אַן עדות אַקעגן אײַך, טאָמער װעט איר לײקענען אָן אלוקיכם. 28און יְהוֹשועַ האָט פֿונאַנדערגעשיקט דאָס פֿאָלק, איטלעכן צו זײַן נחלה. 29און עס איז געװען נאָך די דאָזיקע געשעענישן, איז געשטאָרבן יְהוֹשועַ דער זון פֿון נון, דער קנעכט פֿון ה׳, צו הונדערט מיט צען יאָר. 30און מע האָט אים באַגראָבן אין דעם געמאַרק פֿון זײַן נחלה, אין תִּמנַת-סֶרַח װאָס אין דעם געבערג פֿון אפֿרים, אין צפֿון פֿון באַרג גַעַש. 31און יִשׂרָאֵל האָט געדינט ה׳ אַלע טעג פֿון יְהוֹשועַן, און אַלע טעג פֿון די זקנים װאָס האָבן מַאֲריך-ימים געװען נאָך יְהוֹשועַן, און װאָס האָבן געװוּסט אַל די טוּונג פֿון ה׳, װאָס ער האָט געטאָן פֿאַר יִשׂרָאֵל. 32און די בײנער פֿון יוֹספֿן, װאָס די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן אױפֿגעבראַכט פֿון מִצרַיִם, האָבן זײ באַגראָבן אין שכֶם, אױף דעם שטיק פֿעלד װאָס יעקבֿ האָט געקױפֿט פֿון די זין פֿון חַמוֹר, דעם פֿאָטער פֿון שכֶמען, פֿאַר הונדערט קשׂיטה; און עס איז געװאָרן די קינדער פֿון יוֹסף פֿאַר אַ נחלה. 33און אֶלעָזָר דער זון פֿון אַהרֹנען איז געשטאָרבן, און מע האָט אים באַגראָבן אױף דעם בערגל פֿון זײַן זון פּינְחסן, װאָס איז אים געגעבן געװאָרן אין דעם געבערג פֿון אפֿרים.
Currently Selected:
יְהוֹשועַ כד: OYNEVIIM
Highlight
Share
Copy
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Tanakh,
© Artists for Israel International, 2025