YouVersion Logo
Search Icon

שוֹפֿטִים ב

ב
1און אַ מלאך פֿון ה׳ איז אַרױפֿגעגאַנגען פֿון גִלגָל קײן בוכים, און ער האָט געזאָגט: איך האָב אײַך אַרױפֿגעבראַכט פֿון מִצרַיִם, און האָב אײַך געבראַכט אין דעם לאַנד װאָס איך האָב צוגעשװאָרן אײַערע עלטערן; און איך האָב געזאָגט: איך װעל נישט פֿאַרשטערן מײַן ברית מיט אײַך אױף אײביק; 2נאָר איר זאָלט נישט שליסן אַ ברית די באַװױנער פֿון דעם דאָזיקן לאַנד; זײערע מזבחות זאָלט איר צעברעכן. אָבער איר האָט נישט צוגעהערט צו מײַן קֹול. װאָס האָט איר דאָ געטאָן? 3דערום, אױך זאָג איך: איך װעל זײ נישט פֿאַרטרײַבן פֿון פֿאַר אײַך, און זײ װעלן אײַך זײַן פֿאַר נעצן, און זײערע ג‑טער װעלן אײַך זײַן פֿאַר אַ שטרױכלונג.
4און עס איז געװען, װי דער מלאך פֿון ה׳ האָט גערעדט די דאָזיקע װערטער צו אַלע קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, אַזױ האָט דאָס פֿאָלק אױפֿגעהױבן זײער קֹול, און זײ האָבן געװײנט; 5דערום האָט מען גערופֿן דעם נאָמען פֿון יענעם אָרט בוכים. און זײ האָבן דאָרטן געשלאַכט צו ה׳.
6און אַז יְהוֹשועַ האָט פֿונאַנדערגעשיקט דאָס פֿאָלק, און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זײַנען געגאַנגען איטלעכער צו זײַן נחלה, צו אַרבן דאָס לאַנד, 7האָט דאָס פֿאָלק געדינט ה׳ אַלע טעג פֿון יְהוֹשועַן, און אַלע זקנים, װאָס האָבן מַאֲריך-ימים געװען נאָך יְהוֹשועַן, װאָס האָבן געזען אַל די גרױסע טוּונג פֿון ה׳ װאָס ער האָט געטאָן פֿאַר יִשׂרָאֵל.
8און יְהוֹשועַ דער זון פֿון נון, דער קנעכט פֿון ה׳, איז געשטאָרבן צו הונדערט מיט צען יאָר. 9און מע האָט אים באַגראָבן אין דעם געמאַרק פֿון זײַן נחלה, אין תּמנת-חֶרס, אין דעם געבערג פֿון אפֿרים אין צפֿון פֿון באַרג גַעַש. 10און אױך יענער גאַנצער דור איז אײַנגעזאַמלט געװאָרן צו זײַנע עלטערן, און אַן אַנדער דור איז אױפֿגעשטאַנען נאָך זײ, װאָס האָבן נישט געקענט ה׳, און נישט די טואונג װאָס ער האָט געטאָן פֿאַר יִשׂרָאֵל. 11און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון ה׳, און זײ האָבן געדינט די בַעַל ג‑טער. 12און זײ האָבן פֿאַרלאָזן ה׳ דעם ג-ט פֿון זײערע עלטערן, װאָס האָט זײ אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מִצרַיִם, און זײ זײַנען געגאַנגען נאָך פֿרעמדע ג‑טער, פֿון די ג‑טער פֿון די פֿעלקער װאָס רונד אַרום זײ, און זײ האָבן זיך צו זײ געבוקט, און האָבן דערצערנט ה׳. 13און זײ האָבן פֿאַרלאָזן ה׳, און געדינט צו בַעַל און צו די עַשְׁתֹּרות. 14האָט דער צאָרן פֿון ה׳ געגרימט אױף יִשׂרָאֵל, און ער האָט זײ געגעבן אין דער האַנט פֿון רױבער װאָס האָבן זײ באַרױבט, און ער האָט זײ איבערגעענטפֿערט אין דער האַנט פֿון זײערע פֿײַנט פֿון רונד אַרום, און זײ האָבן מער נישט געקענט באַשטײן פֿאַר זײערע פֿײַנט. 15אומעטום װוּ זײ זײַנען אַרױסגעגאַנגען, איז די האַנט פֿון ה׳ געװען אַקעגן זײ צום בײזן, אַזױ װי ה׳ האָט גערעדט, און אַזױ װי ה׳ זײ האָט געשװאָרן; און זי האָט זײער צוגעדריקט. 16האָט ה׳ אױפֿגעשטעלט שוֹפֿטים, און זײ געהאָלפֿן פֿון זײערע רױבער. 17אָבער אױך צו זײערע שוֹפֿטים האָבן זײ נישט צוגעהערט, װאָרעם זײ זײַנען געװען פֿאַרפֿירט נאָך פֿרעמדע ג‑טער, און האָבן זיך צו זײ געבוקט; זײ האָבן זיך גיך אָפּגעקערט פֿון דעם װעג װאָס זײערע עלטערן זײַנען געגאַנגען, צוצוהערן די געבאָט פֿון ה׳; זײ האָבן אַזױ נישט געטאָן. 18און אַז ה׳ האָט זײ אױפֿגעשטעלט שוֹפֿטים, אַזױ פֿלעגט ה׳ זײַן מיט דעם שופֿט, און פֿלעגט זײ העלפֿן פֿון דער האַנט פֿון זײערע פֿײַנט אַלע טעג פֿון דעם שופֿט, װײַל ה׳ פֿלעגט חרטה האָבן איבער זײער געשרײ פֿון װעגן זײערע צװינגער און זײערע דריקער. 19אָבער עס איז געװען, װי דער שופֿט איז געשטאָרבן, אַזױ פֿלעגן זײ װידער פֿאַרדאָרבן װערן, נאָך מער פֿון זײערע עלטערן, צו גײן נאָך פֿרעמדע ג‑טער, זײ צו דינען און זיך צו בוקן צו זײ. זײ האָבן נישט אָפּגעלאָזט פֿון זײערע מעשׂים און פֿון זײער אײַנגעשפּאַרטן װעג. 20און דער צאָרן פֿון ה׳ האָט געגרימט אױף יִשׂרָאֵל, און ער האָט געזאָגט: װײַל דאָס דאָזיקע פֿאָלק האָט איבערגעטרעטן מײַן ברית װאָס איך האָב באַפֿױלן זײערע עלטערן, און זײ האָבן נישט צוגעהערט צו מײַן קֹול, 21װעל איך אױך נישט מער פֿאַרטרײַבן פֿון פֿאַר זײ קײנעם פֿון די פֿעלקער װאָס יְהוֹשועַ האָט איבערגעלאָזט, װען ער איז געשטאָרבן. 22כּדי צו פּרוּװן מיט זײ יִשׂרָאֵל, אױב זײ װעלן היטן די װעגן פֿון ה׳ צו גײן אין זײ, אַזױ װי זײערע עלטערן האָבן געהיט, אָדער נישט. 23און ה׳ האָט געלאָזט די דאָזיקע פֿעלקער, זײ נישט צו פֿאַרטרײַבן אױף גיך; און ער האָט זײ נישט געגעבן אין דער האַנט פֿון יְהוֹשועַן.

Highlight

Share

Copy

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in