שמוּאֵל אַ א
א
1עס איז געװען אַ מאַן פֿון רמתים-צופֿים, פֿון דעם געבערג פֿון אפֿרים, װאָס זײַן נאָמען איז געװען אֶלקָנָה, דער זון פֿון ירוֹחָם, דעם זון פֿון אֶליהוא, דעם זון פֿון תּחו, דעם זון פֿון צופֿן, אַן אפֿרַיִמער. 2און ער האָט געהאַט צװײ װײַבער: דער נאָמען פֿון אײנער איז געװען חנה, און דער נאָמען פֿון דער צװײטער פּנינה; און פּנינה האָט געהאַט קינדער, און חנה האָט קײן קינדער נישט געהאַט. 3און יענער מאַן פֿלעגט פֿון יאָר צו יאָר אַרױפֿגײן פֿון זײַן שטאָט, זיך צו בוקן און צו שלאַכטן צו ה׳ צבָֿאוֹת אין שילוֹ. און עליס צװײ זין, חפֿני און פּינְחס, זײַנען דאָרטן געװען כּהנים צו ה׳. 4און װי עס איז געװען דער טאָג, און אֶלקָנָה האָט געשלאַכט, אַזױ פֿלעגט ער געבן זײַן װײַב פּנינהן און אַלע אירע זין און אירע טעכטער חלקים. 5אָבער חנהן פֿלעגט ער געבן אַ טאָפּעלן חלק, װאָרעם חנהן האָט ער ליב געהאַט, נאָר ה׳ האָט פֿאַרשלאָסן איר טראַכט. 6און די אַנדער װײַב האָט זי ערגערן געערגערט, כּדי זי צו דערצערענען, װײַל ה׳ האָט פֿאַרשלאָסן איר טראַכט. 7און װי ער פֿלעגט אַזױ טאָן יאָר אין יאָר, װען זי איז אַרױפֿגעגאַנגען אין הױז פֿון ה׳, אַזױ פֿלעגט יענע זי ערגערן; און זי האָט געװײנט, און פֿלעגט נישט עסן. 8האָט אֶלקָנָה איר מאַן געזאָגט צו איר: חנה, פֿאַר װאָס װײנסטו? און פֿאַר װאָס עסטו נישט? און פֿאַר װאָס איז דײַן האַרץ פֿאַראומערט? בין איך דיר נישט בעסער פֿון צען קינדער?
9איז חנה אױפֿגעשטאַנען נאָכן עסן אין שילוֹ און נאָכן טרינקען – און עלי דער כּהן איז געזעסן אױף אַ שטול בײַ דעם בײַשטידל פֿון ה׳ס הֵיכל. 10און װי זי איז געװען אין אַ ביטער געמיט, אַזױ האָט זי מתפּלל געװען צו ה׳, און האָט שטאַרק געװײנט. 11און זי האָט אַ נדר געטאָן, און האָט געזאָגט: ה׳ צבָֿאוֹת, אױב זען װעסטו זען די פּײַן פֿון דײַן דינסט, און װעסט דאַכטן אָן מיר, און נישט פֿאַרגעסן אָן דײַן דינסט, און װעסט שענקען דײַן דינסט אַ קינד אַ זָכר, װעל איך אים אָפּגעבן צו ה׳ אױף אַלע טעג פֿון זײַן לעבן, און אַ שערמעסער װעט נישט אַרױפֿקומען אױף זײַן קאָפּ.
12און עס איז געװען, װי זי האָט לאַנג מתפּלל געװען פֿאַר ה׳, אַזױ האָט עלי אױפֿגעפּאַסט איר מױל. 13װאָרעם חנה, זי האָט גערעדט אין איר האַרצן; בלױז אירע ליפּן האָבן זיך געשאָקלט, אָבער איר קֹול האָט זיך נישט געהערט; און עלי האָט זי גערעכנט פֿאַר אַ שיכּורער. 14האָט עלי געזאָגט צו איר: ביז װאַנען װעסטו זײַן שכּור? טו אָפּ דײַן װײַן פֿון זיך. 15האָט חנה געענטפֿערט און האָט געזאָגט: נײן, מײַן האַר, אַ פֿרױ מיט אַ שװער געמיט בין איך, און װײַן און שטאַרק געטראַנק האָב איך נישט געטרונקען, נײַערט איך האָב אױסגעגאָסן מײַן זעל פֿאַר ה׳. 16זאָלסט נישט האַלטן דײַן דינסט פֿאַר אַ נידער-טרעכטיקער פֿרױ, װאָרעם פֿון מײַן גרױס קלאָג און מײַן ערגערניש האָב איך גערעדט ביז אַהער. 17האָט זיך אָפּגערופֿן עלי און האָט געזאָגט: גײ לשלום, און אלוקי יִשׂרָאֵל זאָל שענקען דײַן בקשה װאָס דו האָסט געבעטן פֿון אים. 18האָט זי געזאָגט: זאָל דײַן דינסט געפֿינען חֵן אין דײַנע אױגן. און די פֿרױ איז געגאַנגען אױף איר װעג. און זי האָט געגעסן, און האָט געקריגן אַן אַנדער פּנים.
19און אין דער פֿרי האָבן זײ זיך געפֿעדערט, און זײ האָבן זיך געבוקט פֿאַר ה׳, און האָבן זיך אומגעקערט, און זײַנען געקומען אין זײער הױז קײן רָמָה. און אֶלקָנָה האָט דערקענט זײַן װײַב חנהן; און ה׳ האָט אָן איר געדאַכט. 20און עס איז געװען נאָכן אומדרײ פֿון די טעג. האָט חנה אױסגעטראָגן און האָט געבאָרן אַ זון; און זי האָט גערופֿן זײַן נאָמען שמוּאֵל, װײַל: פֿון ה׳ האָב איך אים אױסגעבעטן.
21און דער מאַן אֶלקָנָה מיט זײַן גאַנצן הױזגעזינט איז אַרױפֿגעגאַנגען צו שלאַכטן פֿאַר ה׳ דאָס שלאַכטאָפּפֿער פֿון יאָר, און זײַן נדר. 22אָבער חנה איז נישט אַרױפֿגעגאַנגען. װאָרעם זי האָט געזאָגט צו איר מאַן: ביז דער ייִנגל װעט אַנטװײנט װערן; דענצמאָל װעל איך אים ברענגען און ער װעט זיך װײַזן פֿאַר ה׳, און װעט דאָרטן בלײַבן אױף שטענדיק. 23האָט אֶלקָנָה איר מאַן געזאָגט צו איר: טו װאָס איז גוט אין דײַנע אױגן; בלײַב ביז דו װעסט אים אַנטװײנען. זאָל נאָר ה׳ מקײם זײַן זײַן װאָרט. איז די פֿרױ געבליבן; און זי האָט געזױגן איר קינד ביז זי האָט אים אַנטװײנט.
24און אַז זי האָט אים אַנטװײנט, האָט זי אים אַרױפֿגעבראַכט מיט זיך מיט דרײַ אָקסן, און אײן אֵיפֿה מעל, און אַ לאָגל װײַן; און זי האָט אים געבראַכט אין הױז פֿון ה׳ אין שילוֹ, און דער ייִנגל איז געװען יונג. 25און זײ האָבן געשאָכטן דעם אָקס, און האָבן געבראַכט דעם ייִנגל צו עלין. 26און זי האָט געזאָגט: איך בעט דיך, מײַן האַר, אַזױ װי דײַן זעל לעבט, מײַן האַר, איך בין די פֿרױ װאָס איז דאָ געשטאַנען לעבן דיר, מתפּלל צו זײַן צו ה׳. 27אױף דעם דאָזיקן ייִנגל האָב איך מתפּלל געװען, און ה׳ האָט מיר געשאָנקען מײַן בקשה װאָס איך האָב געבעטן פֿון אים. 28און אױך איך האָב אים געליִען צו ה׳; אַלע טעג װאָס ער לעבט איז ער געליִען צו ה׳.
און ער האָט זיך דאָרטן געבוקט צו ה׳.
Currently Selected:
שמוּאֵל אַ א: OYNEVIIM
Highlight
Share
Copy
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Tanakh,
© Artists for Israel International, 2025