YouVersion Logo
Search Icon

שמוּאֵל אַ ב

ב
1און חנה האָט מתפּלל געװען, און האָט געזאָגט:
מײַן האַרץ איז לוסטיק דורך ה׳,
מײַן האָרן איז דערהױבן דורך ה׳;
מײַן מױל איז ברײט אַקעגן מײַנע פֿײַנט,
װאָרעם איך פֿרײ זיך מיט דײַן הילף.
2נישטאָ אַ הײליקער װי ה׳,
װאָרעם חוץ דיר איז נישטאָ;
און נישטאָ אַ פֿעלדז װי אלוקינו.
3נישט מערן זאָלט איר הױכהאָפֿערדיקע רײד,
נישט אַרױס זאָל פֿאַרשײַטס פֿון אײַער מױל.
װאָרעם אַן אֵל פֿון װיסענשאַפֿט איז ה׳,
און פֿון אים װערן מעשׂים געװױגן.
4דער בױגן פֿון גיבוֹרים װערט צעבראָכן.
און געשטרױכלטע גורטן אָן קראַפֿט.
5זאַטע פֿאַרדינגען זיך אום ברױט,
און הונגעריקע רוען אָפּ;
בעת די עקרה געבערט זיבן,
װערט די רײַכע אין קינדער פֿאַרװעלקט.
6ה׳ טײט און ה׳ מאַכט לעבעדיק,
ער מאַכט נידערן אין שְׁאֹול און ברענגט אױף.
7ה׳ מאַכט אָרעם און מאַכט רײַך,
ער דערנידערט און דערהײבט.
8ער ריכט אױף פֿון שטױב דעם אָרעמאַן.
פֿון מיסט הײבט ער אױף דעם אבֿיון,
זײ צו זעצן מיט פֿירשטן,
און אַ טראָן פֿון כּבֿוד מאַכט ער זײ אַרבן;
װאָרעם ה׳ס זײַנען די גרונטפֿעסטן פֿון דער ערד.
און ער האָט אױף זײ די װעלט געשטעלט.
9די פֿיס פֿון זײַנע פֿרומע באַהיט ער,
און רשעים װערן אין חושך פֿאַרשניטן;
װאָרעם נישט מיט כּוֹח איז אַ מענטש שטאַרק.
10די װאָס קריגן אױף ה׳ װערן צעבראָכן;
ער דונערט אין הימל אױף זײ;
ה׳ משפּט די עקן פֿון דער ערד,
און גיט מאַכט צו זײַן מלך,
און דערהײבט דעם האָרן פֿון זײַן געזאַלבטן.
11און אֶלקָנָה איז אַװעק קײן רָמָה צו זײַן הױז. און דער ייִנגל האָט געדינט ה׳ לעבן עלי דעם כּהן.
12און עליס זין זײַנען געװען נידערטרעכטיקע יונגען, זײ האָבן נישט געװאָלט װיסן פֿון ה׳. 13און דער שטײגער פֿון די כּהנים מיטן פֿאָלק איז געװען: װער נאָר עמעצער עס האָט געשלאַכט אַ שלאַכטאָפּפֿער, אַזױ פֿלעגט קומען דעם כּהנס יונג, װי מע האָט געקאָכט דאָס פֿלײש מיטן דרײַצײניקן גאָפּל אין זײַן האַנט. 14און פֿלעגט אַרײַנשטעכן אין בעקן אָדער אין פֿאַן אָדער אין קעסל אָדער אין טאָפּ; װאָס נאָר דער גאָפּל האָט אַרױפֿגעבראַכט, האָט דער כּהן צוגענומען דערמיט. אַזױ פֿלעגן זײ טאָן צו גאַנץ יִשׂרָאֵל װאָס זײַנען געקומען אַהין קײן שילוֹ. 15נאָך אײדער מען האָט געדעמפֿט דאָס פֿעטס, פֿלעגט קומען דעם כּהנס יונג, און זאָגן צו דעם מאַן װאָס האָט געשלאַכט: גיב פֿלײש צום בראָטן פֿאַרן כּהן, װאָרעם ער װיל נישט נעמען פֿון דיר געקאָכט פֿלײש, נײַערט רױ. 16און אַז דער מאַן האָט צו אים געזאָגט: דעמפֿן זאָל מען אַקאָרשט דעמפֿן דאָס פֿעטס, און נעם דיר װי דײַן האַרץ געלוסט, אַזױ פֿלעגט ער זאָגן: נײן, דװקא איצט מוזטו געבן, אַניט נעם איך מיט געװאַלט. 17און די זינד פֿון די יונגען איז געװען זײער גרױס פֿאַר ה׳, װאָרעם די מענטשן האָבן מבֿזה געװען דעם מִנְחָה פֿון ה׳.
18און שמוּאֵל איז געװען אַ דינער פֿאַר ה׳, אַ ייִנגל אָנגעגורט אין אַ לײנענעם אֵפֿוֹד. 19און אַ קלײן מאַנטעלע פֿלעגט אים זײַן מוטער מאַכן, און אים אַרױפֿברענגען פֿון יאָר צו יאָר, װען זי איז אַרױפֿגעקומען מיט איר מאַן צו שלאַכטן דאָס שלאַכטאָפּפֿער פֿון יאָר. 20און עלי פֿלעגט בענטשן אֶלקָנָהן און זײַן װײַב, און זאָגן: זאָל דיר ה׳ באַשערן זאָמען פֿון דער דאָזיקער װײַב פֿאַר דער אַנטלײַונג װאָס איז אַנטלײַען געװאָרן צו ה׳. און זײ פֿלעגן גײן אַהײם. 21האָט אױך ה׳ געדאַכט אָן חנהן, און זי איז טראָגעדיק געװאָרן, און זי האָט געבאָרן דרײַ זין און צװײ טעכטער. און דער ייִנגל שמוּאֵל איז אױפֿגעװאַקסן בײַ ה׳.
22און עלי איז געװען זײער אַלט; און ער האָט געהערט אַלץ װאָס זײַנע זין טוען צו גאַנץ יִשׂרָאֵל, און אַז זײ ליגן מיט די װײַבער װאָס זאַמלען זיך אײַן בײַם אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד. 23און ער האָט צו זײ געזאָגט: פֿאַר װאָס טוט איר אַזעלכע זאַכן? װאָרעם איך הער אײַערע שלעכטע מעשׂים פֿון דעם דאָזיקן גאַנצן פֿאָלק. 24נישט, זין מײַנע; װאָרעם נישט גוט איז די הערונג װאָס איך הער דאָס פֿאָלק פֿון ה׳ פֿאַרשפּרײטן. 25װען אַ מענטש זינדיקט קעגן אַ מענטשן, ג-ט װעט פֿאַרמיטלען פֿאַר אים, אָבער אױב אַ מענטש זינדיקט קעגן ה׳, װער װעט פֿאַר אים פֿאַרמיטלען? אָבער זײ האָבן נישט צוגעהערט צו דעם קֹול פֿון זײער פֿאָטער; װאָרעם ה׳ האָט געװאָלט זײ טײטן.
26און דער ייִנגל שמוּאֵל איז געװאָרן אַלץ גרעסער, און מער װױלגעפֿעליק אי בײַ ה׳ און אי בײַ לײַטן.
27און אַ מאַן פֿון ג-ט איז געקומען צו עלין, און האָט צו אים געזאָגט: אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: איך האָב דאָך אַנטפּלעקן זיך אַנטפּלעקט צו דײַן פֿאָטערס הױז בעת זײ זײַנען געװען אין מִצרַיִם אונטער דעם הױז פֿון פַּרעהן, 28און אים אױסדערװײלט פֿון אַלע שבֿטים פֿון יִשׂרָאֵל פֿאַר אַ כּהן צו מיר, אַרױפֿצוגײן אױף מײַן מזבח, צו רײכערן װײַרעך, צו טראָגן אַן אֵפֿוֹד פֿאַר מיר; און איך האָב געגעבן דײַן פֿאָטערס הױז אַלע פֿײַעראָפּפֿער פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל. 29פֿאַר װאָס טרעט איר אױף מײַן שלאַכטאָפּפֿער און אױף מײַן שפּײַזאָפּפֿער װאָס איך האָב באַפֿױלן אין מײַן װױנונג, און האַלטסט דײַנע זין אין מער כּבֿוד װי מיך, כּדי אײַך צו שטאָפּן מיטן בעסטן פֿון יעטװעדער קָרבָּן פֿון יִשׂרָאֵל מײַן פֿאָלק? 30דערום זאָגט ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל: זאָגן האָב איך געװעסט געזאָגט: דײַן הױז און דײַן פֿאָטערס הױז װעלן אומגײן פֿאַר מיר אױף אײביק; אָבער אַצונד, זאָגט ה׳, פֿאַרמיטן זאָל עס זײַן פֿאַר מיר; װאָרעם די װאָס גיבן מיר כּבֿוד, װעל איך געבן כּבֿוד, און די װאָס פֿאַראַכטן מיך, װעלן גרינגגעשאַצט װערן. 31זע, טעג קומען, און איך װעל אָפּהאַקן דײַן אָרעם און דעם אָרעם פֿון דײַן פֿאָטערס הױז, אַז אַ זקן װעט נישט זײַן אין דײַן הױז. 32און װעסט קוקן װי אַ שׂונא פֿון מײַן װױנונג אױף איטלעכן װאָס װעט גוטס טאָן יִשׂרָאֵל; און אַ זקן װעט קײן מאָל נישט זײַן אין דײַן הױז. 33און נישט איטלעכן פֿון דיר װעל איך פֿאַרשנײַדן פֿון לעבן מײַן מזבח, כּדי צו מאַכן אױסגײן דײַנע אױגן און פֿאַרשמאַכטן דײַן זעל; און אַלע אױפֿגעװאַקסענע אין דײַן הױז װעלן שטאַרבן יונגעלײַט. 34און דאָס װעט דיר זײַן דער צײכן: װאָס װעט קומען אױף דײַנע צװײ זין, אױף חפֿנין און פּינְחסן – אין אײן טאָג װעלן זײ בײדע שטאַרבן. 35און איך װעל מיר אױפֿשטעלן אַ געטרײַען כּהן װאָס װעט טאָן אַזױ װי אין מײַן האַרצן און אין מײַן זעל; און איך װעל אים אױפֿבױען אַ זיכער הױז, און ער װעט אומגײן פֿאַר מײַן געזאַלבטן אַלע טעג. 36און עס װעט זײַן, איטלעכער װאָס בלײַבט איבער אין דײַן הױז, װעט קומען זיך בוקן צו אים אום אַ זילבערשטיק און אַ לעבל ברױט, און װעט זאָגן: נעם מיך צו, איך בעט דיך, צו אײנער פֿון די כּהנות, צו עסן אַ שטיקל ברױט.

Highlight

Share

Copy

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in