שוֹפֿטִים כא
כא
1און די מענער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געהאַט געשװאָרן אין מִצפָּה, אַזױ צו זאָגן: קײנער פֿון אונדז זאָל נישט געבן זײַן טאָכטער צו בנימין פֿאַר אַ װײַב! 2און דאָס פֿאָלק איז געקומען קײן בֵית-אֵל, און זײ זײַנען דאָרטן געזעסן ביזן אָװנט פֿאַר האלֹקים, און זײ האָבן אױפֿגעהױבן זײער קֹול און געװײנט אַ גרױס געװײן. 3און זײ האָבן געזאָגט: פֿאַר װאָס, ה׳ דו אלוקי יִשׂרָאֵל, איז דאָס געשען אין יִשׂרָאֵל, עס זאָל הײַנט געמינערט װערן פֿון יִשׂרָאֵל אײן שבֿט?
4און עס איז געװען אױף מאָרגן, האָט זיך דאָס פֿאָלק געפֿעדערט, און זײ האָבן דאָרטן געבױט אַ מזבח, און אױפֿגעבראַכט בראַנדאָפּפֿער און פֿרידאָפּפֿער. 5און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געזאָגט: װער איז פֿון אַלע שבֿטים פֿון יִשׂרָאֵל, װאָס איז נישט אַרױפֿגעגאַנגען אין דער אײַנזאַמלונג צו ה׳? װאָרעם אַ גרױסע שבֿועה איז געװען אַקעגן דעם װאָס איז נישט אַרױפֿגעגאַנגען צו ה׳ קײן מִצפָּה, אַזױ צו זאָגן: טײטן זאָל ער געטײט װערן!
6און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָט באַנג געטאָן אױף זײער ברודער בנימין, און זײ האָבן געזאָגט: אָפּגעשניטן געװאָרן איז הײַנט אײן שבֿט פֿון יִשׂרָאֵל! 7װאָס זאָלן מיר טאָן װעגן װײַבער פֿאַר די געבליבענע, אַז מיר האָבן געשװאָרן בײַ ה׳ זײ נישט צו געבן פֿון אונדזערע טעכטער פֿאַר װײַבער? 8האָבן זײ געזאָגט: איז װער אײנער דאָ פֿון די שבֿטים פֿון יִשׂרָאֵל, װאָס איז נישט אַרױפֿגעגאַנגען צו ה׳ קײן מִצפָּה? ערשט קײנער איז נישט געקומען אין לאַגער פֿון יָבֵֿש-גִלעָד צו דער אײַנזאַמלונג.
9װאָרעם דאָס פֿאָלק איז איבערגעצײלט געװאָרן, ערשט קײנער איז דאָרטן נישט געװען פֿון די באַװױנער פֿון יָבֵֿש-גִלעָד.
10האָט די עדה געשיקט אַהין צװעלף טױזנט מאַן פֿון די העלדישע יונגען, און זײ האָבן זײ באַפֿױלן, אַזױ צו זאָגן: גײט און איר זאָלט שלאָגן די באַװױנער פֿון יָבֵֿש-גִלעָד מיטן שאַרף פֿון שװערד, מיט די װײַבער און די קלײנע קינדער. 11און דאָס איז די זאַך װאָס איר זאָלט טאָן: איטלעכן מאַנספּאַרשױן, און איטלעכע װײַבספּאַרשױן װאָס װײס פֿון ליגן מיט אַ מאַנספּאַרשױן, זאָלט איר פֿאַרטיליקן.
12האָבן זײ געפֿונען פֿון די באַװױנער פֿון יָבֵֿש-גִלעָד פֿיר הונדערט מײדלעך יונגפֿרױען װאָס האָבן נישט געװוּסט פֿון אַ מאַן דורך ליגן מיט אַ מאַנספּאַרשױן; און זײ האָבן זײ געבראַכט אין לאַגער קײן שילוֹ װאָס אין לאַנד כּנַעַן.
13און די גאַנצע עדה האָט געשיקט און גערעדט צו די קינדער פֿון בנימין װאָס אין פֿעלדז רִמון, און זײ האָבן זײ צוגערופֿן שלום. 14און בנימין האָט זיך אומגעקערט אין יענער צײַט, און זײ האָבן זײ געגעבן די װײַבספּאַרשױנען װאָס זײ האָבן געלאָזט לעבן פֿון די װײַבספּאַרשױנען פֿון יָבֵֿש-גִלעָד, אָבער אַפֿילו אַזױ זײַנען נישט געװען גענוג פֿאַר זײ.
15און דעם פֿאָלק האָט באַנג געטאָן אױף בנימין, װאָס ה׳ האָט געמאַכט אַ בראָך צװישן די שבֿטים פֿון יִשׂרָאֵל. 16און די עלטסטע פֿון דער עדה האָבן געזאָגט: װאָס זאָלן מיר טאָן װעגן װײַבער פֿאַר די איבעריקע, אַז װײַבער זײַנען פֿאַרטיליקט געװאָרן פֿון בנימין? 17און זײ האָבן געזאָגט: אַן אַנטרונענע ירושה מוז בלײַבן בנימינען, כּדי עס זאָל נישט אױסגעמעקט װערן אַ שבֿט פֿון יִשׂרָאֵל. 18מיר אָבער קענען זײ נישט געבן װײַבער פֿון אונדזערע טעכטער, װאָרעם די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געשװאָרן, אַזױ צו זאָגן: פֿאַרשאָלטן דער װאָס גיט אַ װײַב צו בנימין! 19און זײ האָבן געזאָגט: אָט איז אַ יוֹם-טובֿ צו ה׳ פֿון יאָר צו יאָר אין שילוֹ װאָס אין צפֿון פֿון בֵית-אֵל, צו מזרח פֿון דעם װעג װאָס גײט אױף פֿון בֵית-אֵל קײן שכֶם, און אין דָרום פֿון לבֿוֹנָה.
20און זײ האָבן געהײסן די קינדער פֿון בנימין, אַזױ צו זאָגן: גײט און איר זאָלט לױערן אין די װײַנגערטנער. 21און איר װעט צוזען; און אָט װי די טעכטער פֿון שילוֹ װעלן אַרױסגײן צו טאַנצן אין די טענץ, אַזױ זאָלט איר אַרױסגײן פֿון די װײַנגערטנער, און אײַך כאַפּען איטלעכער אַ װײַב פֿאַר זיך פֿון די טעכטער פֿון שילוֹ, און אַװעקגײן אין לאַנד בנימין. 22און עס װעט זײַן, װי זײערע פֿאָטערס אָדער זײערע ברידער װעלן קומען זיך קריגן מיט אונדז, אַזױ װעלן מיר זאָגן צו זײ: לײַטזעליקט זײ אונדז, װאָרעם נישט פֿאַר איטלעכן האָבן מיר געקריגן אַ װײַב אין דער מלחמה; איבריקנס האָט איר זײ זײ נישט געגעבן, אַז איר זאָלט אַצונד שולדיק זײַן.
23האָבן די קינדער פֿון בנימין אַזױ געטאָן, און זײ האָבן גענומען װײַבער, לױט זײער צאָל, פֿון די טענצערינס װאָס זײ האָבן אַװעקגערױבט; און זײ זײַנען געגאַנגען און האָבן זיך אומגעקערט צו זײער נחלה, און האָבן אָפּגעבױט די שטעט, און זיך באַזעצט אין זײ.
24און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זײַנען זיך פֿונאַנדערגעגאַנגען פֿון דאָרטן אין יענער צײַט איטלעכער צו זײַן שבֿט און צו זײַן משפּחה; און זײ זײַנען אַװעק פֿון דאָרטן איטלעכער צו זײַן נחלה.
25אין יענע טעג איז קײן מלך נישט געװען אין יִשׂרָאֵל; איטלעכער האָט געטאָן װאָס איז רעכט אין זײַנע אױגן.
Currently Selected:
שוֹפֿטִים כא: OYNEVIIM
Highlight
Share
Copy
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Tanakh,
© Artists for Israel International, 2025