במִדְבר ט
ט
1און ה׳ האָט גערעדט צו משהן אין מדבר סינַי, אין צװײטן יאָר נאָך זײער אַרױסגײן פֿון לאַנד מִצרַיִם, אין ערשטן חודש, אַזױ צו זאָגן: 2די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זאָלן מאַכן דעם קָרבָּן-פֶּסַח אין זײַן געשטעלטער צײַט. 3אין פֿערצנטן טאָג פֿון דעם דאָזיקן חודש קעגן אָװנט, אין זײַן געשטעלטער צײַט זאָלט איר אים מאַכן; לױט אַלע זײַנע דינים און לױט אַלע זײַנע געזעצן זאָלט איר אים מאַכן.
4האָט משה גערעדט צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, צו מאַכן דעם קָרבָּן-פֶּסַח. 5און זײ האָבן געמאַכט דעם קָרבָּן-פֶּסַח אין ערשטן חודש, אין פֿערצנטן טאָג פֿון חודש קעגן אָװנט, אין מדבר סינַי; אַזױ װי אַל װאָס ה׳ האָט באַפֿױלן משהן, אַזױ האָבן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל געטאָן.
6אָבער עס זײַנען געװען מענער װאָס זײַנען געװען אומרײן פֿון דעם טױטן לײַב פֿון אַ מענטשן, און זײ האָבן נישט געקענט מאַכן דעם קָרבָּן-פֶּסַח אין יענעם טאָג; האָבן זײ גענענט פֿאַר משהן און פֿאַר אַהרֹנען אין יענעם טאָג. 7און יענע מענער האָבן צו אים געזאָגט: מיר זײַנען אומרײן פֿון דעם טױטן לײַב פֿון אַ מענטשן; פֿאַר װאָס זאָלן מיר געמינערט װערן, נישט מקריבֿ צו זײַן דעם קָרבָּן פֿון ה׳ אין זײַן געשטעלטער צײַט צװישן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל? 8האָט משה געזאָגט צו זײ: האַרט, און איך װעל הערן װאָס ה׳ װעט באַפֿעלן װעגן אײַך.
9און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 10רעד צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, אַזױ צו זאָגן: אַז עמיצער אײנער פֿון אײַך, אָדער פֿון אײַערע קומעדיקע דורות װעט זײַן אומרײן פֿון אַ טױטן לײַב, אָדער זײַן אין אַ װײַטן װעג, זאָל ער פֿון דעסטװעגן מאַכן אַ קָרבָּן-פֶּסַח צו ה׳. 11אין צװײטן חודש, אין פֿערצנטן טאָג, קעגן אָװנט זאָלן זײ אים מאַכן; מיט מַצות און ביטערע קרײַטעכער זאָלן זײ אים עסן. 12זײ זאָלן נישט איבערלאָזן פֿון אים ביז אין דער פֿרי, און אַ בײן זאָלן זײ נישט צעברעכן אין אים; לױט דעם גאַנצן דין פֿון קָרבָּן-פֶּסַח זאָלן זײ אים מאַכן. 13אָבער דער מאַן װאָס איז רײן, און אין װעג איז ער נישט, און ער פֿאַרמײַדט זיך צו מאַכן דעם קָרבָּן-פֶּסַח, יענע זעל זאָל פֿאַרשניטן װערן פֿון איר פֿאָלק; װײַל ער האָט דעם קָרבָּן פֿון ה׳ נישט מקריבֿ געװען אין זײַן געשטעלטער צײַט, זאָל יענער מאַן טראָגן זײַן זינד.
14און אַז בײַ אײַך װעט זיך אױפֿהאַלטן אַ פֿרעמדער, און ער װעט מאַכן אַ קָרבָּן-פֶּסַח צו ה׳, איז, אַזױ װי דער דין פֿון קָרבָּן-פֶּסַח און אַזױ װי זײַן געזעץ, אַזױ זאָל ער טאָן; אײן דין זאָל זײַן בײַ אײַך אי פֿאַר דעם פֿרעמדן, אי פֿאַר דעם אײַנגעבאָרענעם פֿון לאַנד.
15און אין דעם טאָג װאָס מע האָט אױפֿגעשטעלט דעם מישכּן, האָט דער װאָלקן צוגעדעקט דעם מישכּן, דאָס געצעלט פֿון צײגנים; און אין אָװנט פֿלעגט זײַן איבערן מישכּן אַזױ װי דאָס אױסזען פֿון פֿײַער, ביז אין דער פֿרי. 16אַזױ פֿלעגט זײַן תּמיד: דער װאָלקן פֿלעגט אים צודעקן, און דאָס אױסזען פֿון פֿײַער בײַ נאַכט. 17און װעדליק דער װאָלקן פֿלעגט זיך אױפֿהײבן פֿון איבערן געצעלט, אַזױ פֿלעגן דערנאָך ציִען די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל; און אין דעם אָרט װאָס דער װאָלקן פֿלעגט דאָרטן רוען, דאָרטן פֿלעגן לאַגערן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל. 18לױט דעם מױל פֿון ה׳ פֿלעגן ציִען די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און לױט דעם מױל פֿון ה׳ פֿלעגן זײ לאַגערן; כּל-זמן דער װאָלקן פֿלעגט רוען אױפֿן מישכּן, פֿלעגן זײ לאַגערן. 19און אַז דער װאָלקן האָט זיך פֿאַרלענגערט אױפֿן מישכּן פֿיל טעג, האָבן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל געהיט די היטונג פֿון ה׳, און פֿלעגן נישט ציִען. 20און אַ מאָל פֿלעגט דער װאָלקן זײַן געצײלטע טעג אױפֿן מישכּן; לױט דעם מױל פֿון ה׳ פֿלעגן זײ לאַגערן, און לױט דעם מױל פֿון ה׳ פֿלעגן זײ ציִען. 21און אַ מאָל פֿלעגט זײַן דער װאָלקן פֿון אָװנט ביז אין דער פֿרי, און װי דער װאָלקן האָט זיך אױפֿגעהױבן אין דער פֿרי, אַזױ האָבן זײ געצױגן; אָדער אַ טאָג מיט אַ נאַכט, און װי דער װאָלקן האָט זיך אױפֿגעהױבן, אַזױ האָבן זײ געצױגן. 22צי צװײ טעג, צי אַ חודש, צי אַ יאָר – אַז דער װאָלקן האָט זיך פֿאַרלענגערט אױפֿן מישכּן צו רוען אױף אים, פֿלעגן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל לאַגערן און נישט ציִען, און װי ער האָט זיך אױפֿגעהױבן, פֿלעגן זײ ציִען. 23לױט דעם מױל פֿון ה׳ פֿלעגן זײ לאַגערן, און לױט דעם מױל פֿון ה׳ פֿלעגן זײ ציִען; זײ האָבן געהיט די היטונג פֿון ה׳, לױט דעם מױל פֿון ה׳ דורך משהן.
Currently Selected:
במִדְבר ט: OYTORAH
Highlight
Copy
Compare
Share
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Tanakh,
© Artists for Israel International, 2025