במִדְבר י
י
1און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 2מאַך דיר צװײ זילבערנע טרומײטן; געהאַמערט זאָלסטו זײ מאַכן; און זײ זאָלן דיר זײַן פֿאַר צונױפֿרופֿן די עדה, און פֿאַר מאַכן ציִען די לאַגערן. 3און אַז מע װעט בלאָזן אין זײ, זאָל זיך צונױפֿקומען צו דיר די גאַנצע עדה צום אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד. 4און אױב מע װעט בלאָזן אין אײנעם, זאָלן זיך צונױפֿקומען צו דיר די פֿירשטן, די הױפּטלײַט פֿון די טױזנטן פֿון יִשׂרָאֵל. 5און אַז איר װעט בלאָזן אַ שאַלרוף, זאָלן ציִען די לאַגערן װאָס לאַגערן צו מזרח. 6און אַז איר װעט בלאָזן אַ צװײטן שאַלרוף, זאָלן ציִען די לאַגערן װאָס לאַגערן צו דָרום; אַ שאַלרוף זאָל מען בלאָזן פֿאַר זײערע ציִונגען. 7אָבער בײַם אײַנזאַמלען די אײַנזאַמלונג זאָלט איר בלאָזן, אָבער נישט אַרױסלאָזן אַ שאַלרוף. 8און אַהרֹנס זין, די כּהנים, זאָלן בלאָזן אין די טרומײטן; און דאָס זאָל אײַך זײַן פֿאַר אַן אײביקן געזעץ אױף אײַערע דור-דורות. 9און אַז איר װעט גײן אױף מלחמה אין אײַער לאַנד אַקעגן דעם שׂונא װאָס דריקט אײַך, זאָלט איר שאַלן אין די טרומײטן, און איר װעט דערמאָנט װערן פֿאַר ה׳ אלוקיכם, און װעט געהאָלפֿן װערן פֿון אײַערע פֿײַנט. 10און אין אײַער טאָג פֿון שׂימחה, און אין אײַערע יוֹם-טובֿים, און אין אײַערע ראָש-חודשן, זאָלט איר בלאָזן אין די טרומײטן אױף אײַערע בראַנדאָפּפֿער און אױף אײַערע פֿרידאָפּפֿער; און זײ װעלן אײַך זײַן צו אַ דערמאָנונג פֿאַר אלוקיכם; איך בין ה׳ אלוקיכם.
11און עס איז געװען אין צװײטן יאָר, אין צװײטן חודש, אין צװאַנציקסטן טאָג פֿון חודש, האָט זיך אױפֿגעהױבן דער װאָלקן פֿון איבערן מישכּן פֿון צײגנים. 12און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געצױגן אױף זײערע ציִונגען פֿון מדבר סינַי; און דער װאָלקן האָט גערוט אין מדבר פּאָרָן. 13אַזױ האָבן זײ געצױגן צום ערשטן מאָל לױט דעם מױל פֿון ה׳ דורך משהן. 14און צוערשט האָט געצױגן די פֿאָן פֿון דעם לאַגער פֿון די קינדער פֿון יהוּדה, לױט זײערע מחנות; און איבער זײַן מחנה איז געװען נַחשוֹן דער זון פֿון עַמינָדָבֿן. 15און איבער דער מחנה פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון יִשׂשָׂכָר, נתַנאֵל דער זון פֿון צוּעַרן. 16און איבער דער מחנה פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון זבֿולון, אֶליאָבֿ דער זון פֿון חֵלוֹנען. 17און אַז דער מישכּן איז פֿונאַנדערגענומען געװאָרן, האָבן געצױגן די קינדער פֿון גֵרשוֹן, און די קינדער פֿון מרָרי, די טרעגער פֿון דעם מישכּן. 18און עס האָט געצױגן די פֿאָן פֿון דעם לאַגער פֿון ראובֿן, לױט זײערע מחנות; און איבער זײַן מחנה איז געװען אֶליצור דער זון פֿון שדֵיאורן, 19און איבער דער מחנה פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון שמעון, שלומיאֵל דער זון פֿון צורישַדָין. 20און איבער דער מחנה פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון גָד, אֶליָסָף דער זון פֿון דְעואֵלן. 21און עס האָבן געצױגן די קהָתים, די טרעגער פֿון די הײליקע זאַכן; און מע האָט אױפֿגעשטעלט דעם מישכּן אײדער זײ זײַנען געקומען. 22און עס האָט געצױגן די פֿאָן פֿון דעם לאַגער פֿון די קינדער פֿון אפֿרים, לױט זײערע מחנות; און איבער זײַן מחנה איז געװען אֶלישָמָע דער זון פֿון עַמיהודן. 23און איבער דער מחנה פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון מנַשֶה, גַמליאֵל דער זון פֿון פּדָהצורן. 24און איבער דער מחנה פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון בנימין, אַבֿידָן דער זון פֿון גדעונין. 25און עס האָט געצױגן די פֿאָן פֿון דעם לאַגער פֿון די קינדער פֿון דָן, די הינטערװאַך פֿון אַלע לאַגערן לױט זײערע מחנות; און איבער זײַן לאַגער איז געװען אַחיעֶזֶר דער זון פֿון עַמישַדָין. 26און איבער דער מחנה פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון אָשֵר, פּגעִיאֵל דער זון פֿון עָכרָנען. 27און איבער דער מחנה פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון נַפֿתָּלי, אַחירַע דער זון פֿון עֵינָנען. 28דאָס זײַנען די ציִונגען פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל לױט זײערע מחנות; אַזױ האָבן זײ געצױגן.
29און משה האָט געזאָגט צו חוֹבֿבֿ דעם זון פֿון רְעואֵל דעם מִדיָני, משהס שװער: מיר ציִען צו דעם אָרט װאָס ה׳ האָט געזאָגט: איך װעל אים געבן צו אײַך; קום מיט אונדז, און מיר װעלן דיך באַגיטיקן, װאָרעם ה׳ האָט צוגעזאָגט גוטס פֿאַר יִשׂרָאֵל. 30האָט ער צו אים געזאָגט: איך װעל נישט גײן; נײַערט צו מײַן לאַנד און צו מײַן אָפּשטאַם װעל איך גײן. 31האָט ער געזאָגט: זאָלסט אונדז נישט פֿאַרלאָזן, איך בעט דיך; דערפֿאַר װײַל דו װײסט װוּ מיר קענען לאַגערן אין מדבר, און װעסט אונדז זײַן פֿאַר אױגן. 32און עס װעט זײַן, אַז דו װעסט גײן מיט אונדז, איז, פֿון דעם גוטס װאָס ה׳ װעט אונדז באַגיטיקן, װעלן מיר דיך באַגיטיקן.
33און זײ האָבן געצױגן פֿון דעם באַרג פֿון ה׳ דרײַ טעג װעגס, און דער אָרון פֿון ג-טס ברית האָט געצױגן זײ פֿאַרױס דרײַ טעג װעגס, אױסצוזוכן פֿאַר זײ אַ רואָרט. 34און דער װאָלקן פֿון ה׳ איז געװען איבער זײ בײַ טאָג, װען זײ האָבן געצױגן פֿון לאַגער. 35און עס איז געװען, אַז דער אָרון האָט געצױגן, האָט משה געזאָגט: שטײ אױף, ה׳, און זאָלן צעשפּרײט װערן דײַנע פֿײַנט, און זאָלן אַנטלױפֿן דײַנע שָׂונאים פֿאַר דיר!
36און אַז ער האָט גערוט, האָט ער געזאָגט: קער אײַן, ה׳, צו די צענטױזנטן פֿון די משפּחות פֿון יִשׂרָאֵל!
Currently Selected:
במִדְבר י: OYTORAH
Highlight
Copy
Compare
Share
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Tanakh,
© Artists for Israel International, 2025