במִדְבר ח
ח
בהַעֲלוֹתְךֳ
1און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 2רעד צו אַהרֹנען און זאָלסט זאָגן צו אים: אַז דו צינדסט אָן די ליכט זאָלן די זיבן רערלעך לײַכטן פֿאָרנט צו פֿון דער מנוֹרה. 3און אַהרֹן האָט אַזױ געטאָן: ער האָט אָנגעצונדן די רערלעך פֿאָרנט צו פֿון דער מנוֹרה, אַזױ װי ה׳ האָט באַפֿױלן משהן.
4און אַזױ איז געװען די אַרבעט פֿון דער מנוֹרה: געהאַמערט פֿון גאָלד; ביז אױף איר פֿוסגעשטעל, ביז אױף אירע בלומען, איז זי געװען געהאַמערט; אַזױ װי די זעונג װאָס ה׳ האָט באַװיזן משהן, אַזױ האָט ער געמאַכט די מנוֹרה.
5און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 6נעם די לוִיִים פֿון צװישן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און זאָלסט זײ רײניקן. 7און אַזױ זאָלסטו טאָן צו זײ, זײ צו רײניקן: שפּריץ אױף זײ װאַסער פֿון רײניקונג, און זײ זאָלן אַריבערפֿירן אַ גאָלמעסער איבער זײער גאַנצן לײַב, און װאַשן זײערע קלײדער, און זיך רײניקן. 8און זײ זאָלן נעמען אַ יונגען אָקס, און דאָס שפּײַזאָפּפֿער דערצו פֿון זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל; און אַ צװײטן יונגן אָקס זאָלסטו נעמען פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער. 9און זאָלסט מאַכן גענענען די לוִיִים פֿאַרן אוֹהל-מוֹעד; און זאָלסט אײַנזאַמלען די גאַנצע עדה פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל. 10און זאָלסט מאַכן גענענען די לוִיִים פֿאַר ה׳, און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זאָלן אָנלענען זײערע הענט אױף די לוִיִים. 11און אַהרֹן זאָל אױפֿהײבן די לוִיִים אַן אױפֿהײבונג פֿאַר ה׳ פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, כּדי זײ זאָלן זײַן אױף צו דינען דעם דינסט פֿון ה׳. 12און די לוִיִים זאָלן אָנלענען זײערע הענט אױפֿן קאָפּ פֿון די אָקסן; און מאַך אײנעם אַ זינדאָפּפֿער און אײנעם אַ בראַנדאָפּפֿער צו ה׳, מכַפּר צו זײַן אױף די לוִיִים. 13און זאָלסט שטעלן די לוִיִים פֿאַר אַהרֹנען און פֿאַר זײַנע זין, און זײ אױפֿהײבן אַן אױפֿהײבונג צו ה׳.
14און זאָלסט אָפּשײדן די לוִיִים פֿון צװישן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און די לוִיִים זאָלן געהערן צו מיר. 15און דערנאָך זאָלן קומען די לוִיִים צו באַדינען דעם אוֹהל-מוֹעד; און זאָלסט זײ רײניקן, און זײ אױפֿהײבן אַן אױפֿהײבונג. 16װאָרעם אָפּגעגעבן זײַנען זײ אָפּגעגעבן צו מיר פֿון צװישן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל; אַנשטאָט איטלעכן װאָס עפֿנט דעם טראַכט, איטלעכן בכוֹר פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, האָב איך זײ גענומען פֿאַר מיר. 17װאָרעם צו מיר געהערט איטלעכער בכוֹר צװישן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, פֿון אַ מענטשן אָדער פֿון אַ בהמה; אין דעם טאָג װאָס איך האָב דערשלאָגן אַלע בכוֹרים אין לאַנד מִצרַיִם, האָב איך זײ געהײליקט צו מיר. 18און איך האָב גענומען די לוִיִים אַנשטאָט אַלע בכוֹרים צװישן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל. 19און איך האָב געגעבן די לוִיִים אָפּגעגעבענע צו אַהרֹנען און צו זײַנע קינדער פֿון צװישן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, צו דינען דעם דינסט פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל אין אוֹהל-מוֹעד, און מכַפּר צו זײַן אױף די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, כּדי עס זאָל נישט זײַן צװישן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל אַ פּלאָג, אַז די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל װעלן גענענען צום הײליקטום.
20און משה און אַהרֹן און די גאַנצע עדה פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן אַזױ געטאָן צו די לוִיִים; אַזױ װי אַלץ װאָס ה׳ האָט באַפֿױלן משהן װעגן די לוִיִים, אַזױ האָבן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל צו זײ געטאָן.
21און די לוִיִים האָבן זיך גערײניקט, און האָבן געװאַשן זײערע קלײדער; און אַהרֹן האָט זײ אױפֿגעהױבן אַן אױפֿהײבונג פֿאַר ה׳, און אַהרֹן האָט מכַפּר געװען אױף זײ, כּדי זײ צו רײניקן. 22און דערנאָך זײַנען געקומען די לוִיִים צו דינען זײער דינסט אין אוֹהל-מוֹעד, אונטער אַהרֹנען און אונטער זײַנע זין; אַזױ װי ה׳ האָט באַפֿױלן משהן װעגן די לוִיִים, אַזױ האָבן זײ צו זײ געטאָן.
23און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 24דאָס איז װעגן די לוִיִים: פֿון פֿינף און צװאַנציק יאָר אַלט און העכער זאָל ער קומען צו דינען דעם דינסט בײַ דער אַרבעט פֿון אוֹהל-מוֹעד. 25און נאָך פֿופֿציק יאָר אַלט זאָל ער זיך אומקערן פֿון דעם אַרבעטדינסט, און מער נישט דינען. 26נאָר ער זאָל אונטערהעלפֿן זײַנע ברידער אין אוֹהל-מוֹעד צו היטן די היטונג, אָבער קײן דינסט זאָל ער מער נישט דינען. אַזױ זאָלסטו טאָן מיט די לוִיִים אין זײערע היטונגען.
Currently Selected:
במִדְבר ח: OYTORAH
Highlight
Copy
Compare
Share
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Tanakh,
© Artists for Israel International, 2025