YouVersion Logo
Search Icon

במִדְבר ה

ה
1און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 2באַפֿעל די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, זײ זאָלן אַרױסשיקן פֿון לאַגער איטלעכן מצורע, און איטלעכן פֿלוסיקן, און איטלעכן װאָס איז אומרײן פֿון אַ טױטן לײַב. 3סײַ אַ זָכר סײַ אַ נקבֿה זאָלט איר אַרױסשיקן, אױסן לאַגער זאָלט איר זײ אַרױסשיקן, כּדי זײ זאָלן נישט פֿאַראומרײניקן זײערע לאַגערן װאָס איך רו צװישן זײ.
4האָבן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל אַזױ געטאָן, און זײ האָבן זײ אַרױסגעשיקט אױסן לאַגער; אַזױ װי ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ האָבן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל געטאָן.
5און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 6רעד צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל: אַ מאַן אָדער אַ פֿרױ, אַז זײ װעלן באַגײן עפּעס אַ מענטשלעכע זינד, צו פֿעלשן אַ פֿעלשונג אָן ה׳, און יענע זעל װעט זיך פֿאַרשולדיקן, 7זאָלן זײ זיך מתװדה זײַן אױף זײערע זינד װאָס זײ האָבן באַגאַנגען; און ער זאָל אומקערן דעם קרן פֿון זײַן פֿאַרשולדיקונג, און צאָלײגן דערצו אַ פֿינפֿטל דערפֿון, און אָפּגעבן צו דעם קעגן װעמען ער האָט זיך פֿאַרשולדיקט. 8און אַז דער מאַן האָט נישט קײן קרובֿ, װעמען אומצוקערן דאָס פֿאַרשולדיקטע, זאָל דאָס פֿאַרשולדיקטע װאָס דאַרף אומגעקערט װערן, געהערן צו ה׳, צום כּהן; אַחוץ דעם װידער פֿון פֿאַרגעבונג, װאָס דערמיט זאָל מען מכַפּר זײַן אױף אים.
9און יעטװעדער אָפּשײדונג, פֿון אַלע געהײליקטע זאַכן פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, װאָס זײ װעלן ברענגען צום כּהן, זאָל געהערן צו אים. 10און די געהײליקטע זאַכן פֿון איטלעכן זאָלן געהערן צו אים: װאָס עמיצער װעט געבן צום כּהן, זאָל געהערן צו אים.
11און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 12רעד צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און זאָלסטו זאָגן צו זײ: אַז עמיצן אײנעמס װײַב װעט אַראָפּ פֿון װעג, און װעט פֿעלשן אַ פֿעלשונג אָן אים, 13און אַ מאַן װעט ליגן מיט איר אַ בײַשלאָף פֿון זאָמען, און עס װעט זײַן פֿאַרהױלן פֿון די אױגן פֿון איר מאַן, װײַל זי איז פֿאַראומרײניקט געװאָרן פֿאַרבאָרגענערהײט, און קײן עדות אַקעגן איר איז נישטאָ, און זי איז נישט געכאַפּט געװאָרן; 14און אַ גײַסט פֿון אײפֿערזוכט װעט קומען אױף אים, און ער װעט װערן אײפֿערזיכטיק אױף זײַן װײַב, װען זי איז פֿאַראומרײניקט געװאָרן; אָדער אַ גײַסט פֿון אײפֿערזוכט װעט קומען אױף אים, און ער װעט װערן אײפֿערזיכטיק אױף זײַן װײַב, און זי איז נישט פֿאַראומרײניקט געװאָרן; 15זאָל דער מאַן ברענגען זײַן װײַב צום כּהן, און ברענגען איר קָרבָּן מיט איר, אַ צענטל אֵיפֿה גערשטענע מעל; ער זאָל נישט אַרױפֿגיסן דערױף אײל, און נישט אַרױפֿטאָן דערױף װײַרעך, װאָרעם אַ שפּײַזאָפּפֿער פֿון אײפֿערזוכט איז דאָס, אַ שפּײַזאָפּפֿער פֿון דערמאָנונג, װאָס דערמאָנט אַ זינד. 16און דער כּהן זאָל זי מאַכן גענענען, און זי אַװעקשטעלן פֿאַר ה׳. 17און דער כּהן זאָל נעמען הײליקע װאַסער אין אַ לײמענער כּלי, און פֿון דעם שטױב װאָס איז אױפֿן באָדעם פֿון מישכּן זאָל דער כּהן נעמען, און אַרײַנטאָן אין דעם װאַסער. 18און דער כּהן זאָל שטעלן די פֿרױ פֿאַר ה׳, און צעשױבערן דעם קאָפּ פֿון דער פֿרױ, און געבן אױף אירע האַנטפֿלעכן דאָס שפּײַזאָפּפֿער פֿון דערמאָנונג, דאָס איז דאָס שפּײַזאָפּפֿער פֿון אײפֿערזוכט; און אין דעם כּהנס האַנט זאָל זײַן דאָס דאָזיקע װאַסער פֿון ביטערניש װאָס מאַכט פֿאַרשאָלטן. 19און דער כּהן זאָל זי באַשװערן, און זאָגן צו דער פֿרױ: אױב קײן מאַן איז נישט געלעגן מיט דיר, און אױב דו ביסט נישט אַראָפּ פֿון װעג אין אומרײנקײט הינטער דײַן מאַן, בלײַב אומגעשאַט פֿון דעם דאָזיקן װאַסער פֿון ביטערניש װאָס מאַכט פֿאַרשאָלטן. 20אױב אָבער דו ביסט אַראָפּ פֿון װעג הינטער דײַן מאַן, און אױב דו ביסט פֿאַראומרײניקט געװאָרן, און אַ מאַן איז געלעגן מיט דיר אַחוץ דײַן מאַן – 21און דער כּהן זאָל באַשװערן די פֿרױ מיט אַ שבֿועה פֿון אַ קללה, און דער כּהן זאָל זאָגן צו דער פֿרױ – זאָל דיך ה׳ מאַכן פֿאַר אַ קללה און פֿאַר אַ שבֿועה צװישן דײַן פֿאָלק, אַז ה׳ װעט מאַכן אַװעקפֿאַלן דײַן דיך, און געשװעלן דײַן בױך; 22און דאָס דאָזיקע װאַסער װאָס מאַכט פֿאַרשאָלטן זאָל אַרײַן אין דײַנע אינגעװײד, צו מאַכן געשװעלן דעם בױך, און מאַכן אַװעקפֿאַלן דעם דיך; און די פֿרױ זאָל זאָגן: אָמן! אָמן! 23און דער כּהן זאָל אױפֿשרײַבן די דאָזיקע קללות אױף אַ מגילה, און אָפּמעקן אין דעם װאַסער פֿון ביטערניש. 24און ער זאָל געבן טרינקען דער פֿרױ דאָס װאַסער פֿון ביטערניש װאָס מאַכט פֿאַרשאָלטן, און דאָס װאַסער װאָס מאַכט פֿאַרשאָלטן װעט אַרײַן אין איר פֿאַר אַ ביטערניש. 25און דער כּהן זאָל נעמען פֿון דער פֿרױס האַנט דאָס שפּײַזאָפּפֿער פֿון אײפֿערזוכט, און אױפֿהײבן דאָס שפּײַזאָפּפֿער פֿאַר ה׳, און עס גענענען צום מזבח. 26און דער כּהן זאָל אָננעמען אַ הױפֿן פֿון דעם שפּײַזאָפּפֿער – זײַן דערמאָנונג, און דעמפֿן אױפֿן מזבח; און דערנאָך זאָל ער געבן טרינקען דער פֿרױ דאָס װאַסער. 27און אַז ער װעט איר געבן טרינקען דאָס װאַסער, איז, אױב זי איז פֿאַראומרײניקט געװאָרן, און האָט געפֿעלשט אַ פֿעלשונג אָן איר מאַן, װעט דאָס װאַסער װאָס מאַכט פֿאַרשאָלטן, אַרײַן אין איר פֿאַר אַ ביטערניש, און איר בױך װעט געשװאָלן װערן, און איר דיך װעט אַװעקפֿאַלן; און די פֿרױ װעט װערן פֿאַר אַ קללה צװישן איר פֿאָלק. 28אױב אָבער די פֿרױ איז נישט פֿאַראומרײניקט געװאָרן, און זי איז רײן, װעט זי בלײַבן אומגעשאַט, און װעט אַנטפֿאַנגען זאָמען.
29דאָס איז דער תֹּורַת קִנְאָה: אַז אַ װײַב װעט אַראָפּגײן פֿון װעג הינטער איר מאַן, און װעט פֿאַראומרײניקט װערן, 30אָדער אַז אַ גײַסט פֿון אײפֿערזוכט װעט קומען אױף אַ מאַן, און ער װעט װערן אײפֿערזיכטיק אױף זײַן װײַב, זאָל ער שטעלן די װײַב פֿאַר ה׳, און דער כּהן זאָל טאָן צו איר דעם דאָזיקן דין. 31און דער מאַן װעט זײַן רײן פֿון זינד, און יענע פֿרױ װעט טראָגן איר זינד.

Currently Selected:

במִדְבר ה: OYTORAH

Highlight

Copy

Compare

Share

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in