במִדְבר ד
ד
1און ה׳ האָט גערעדט צו משהן און צו אַהרֹנען, אַזױ צו זאָגן:
2נעם אױף די צאָל פֿון די קינדער פֿון קהָת פֿון צװישן די קינדער פֿון לֵוִי, לױט זײערע משפּחות, לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, 3פֿון דרײַסיק יאָר אַלט און העכער, און ביז פֿופֿציק יאָר אַלט, איטלעכן װאָס גײט אַרײַן אין דינסט, צו טאָן אַרבעט אין אוֹהל-מוֹעד. 4דאָס איז דער דינסט פֿון די קינדער פֿון קהָת אין אוֹהל-מוֹעד אַרום די הײליקסטע הײליקײטן: 5אַהרֹן און זײַנע זין זאָלן קומען בײַם ציִען פֿון לאַגער, און זײ זאָלן אַראָפּנעמען דעם פּרוֹכֶת פֿון צװישנשײד, און צודעקן דערמיט דעם אָרון פֿון צײגנים. 6און זײ זאָלן אַרױפֿטאָן דערױף אַ צודעק פֿון תּחש-פֿעל, און אַריבערשפּרײטן פֿון אױבן אַ טוך פֿון לױטער בלאָער װאָל, און אַרײַנטאָן זײַנע שטאַנגען.
7און אױף דעם טיש פֿון אָנגעזיכט זאָלן זײ פֿאַרשפּרײטן אַ טוך פֿון בלאָער װאָל, און אַרױפֿטאָן דערױף די שיסלען, און די שאָלן, און די קאַנען, און די בעכערס פֿאַר גיסונג גיסאָפּפֿער; און דאָס שטענדיקע ברױט זאָל בלײַבן דערױף. 8און זײ זאָלן פֿאַרשפּרײטן אױף זײ אַ טוך פֿון װערמילרױט, און דאָס אַריבערדעקן מיט אַ צודעק פֿון תּחש-פֿעל, און אַרײַנטאָן זײַנע שטאַנגען. 9און זײ זאָלן נעמען אַ טוך פֿון בלאָער װאָל, און אַריבערדעקן די מנוֹרה פֿאַר לײַכטונג, און אירע רערלעך, און אירע צװענגלעך, און אירע אַשפֿענדלעך, און אַלע אירע אײלגעפֿעסן װאָס מע באַדינט זי מיט זײ. 10און זײ זאָלן אַרײַנטאָן זי און אַלע אירע כּלים אין אַ צודעק פֿון תּחש-פֿעל, און אַרױפֿטאָן אױף אַ שטאַנג. 11און אױף דעם גילדערנעם מזבח זאָלן זײ פֿאַרשפּרײטן אַ טוך פֿון בלאָער װאָל, און אים אַריבערדעקן מיט אַ צודעק פֿון תּחש-פֿעל, און אַרײַנטאָן זײַנע שטאַנגען. 12און זײ זאָלן נעמען אַלע כּלים פֿון דינסט װאָס מע דינט מיט זײ אין הײליקטום, און זײ אַרײַנטאָן אין אַ טוך פֿון בלאָער װאָל, און זײ אַריבערדעקן מיט אַ צודעק פֿון תּחש-פֿעל, און אַרױפֿטאָן אױף אַ שטאַנג. 13און זײ זאָלן אָפּרײניקן די אַש פֿון מזבח, און פֿאַרשפּרײטן אױף אים אַ טוך פֿון פּורפּל. 14און זײ זאָלן אַרױפֿטאָן אױף אים אַלע זײַנע כּלים װאָס מע דינט מיט זײ אױף אים, די פֿײַערפֿאַנען, די גאָפּלען, און די שופֿלען, און די שפּרענגבעקנס – אַלע כּלים פֿון מזבח; און זײ זאָלן אַריבערשפּרײטן אױף אים אַ צודעק פֿון תּחש-פֿעל, און אַרײַנטאָן זײַנע שטאַנגען. 15און אַז אַהרֹן און זײַנע זין האָבן געענדיקט צודעקן דאָס הײליקע, און אַלע הײליקע כּלים, בײַם ציִען פֿון לאַגער, זאָלן דערנאָך קומען די קינדער פֿון קהָת, זײ צו טראָגן; אָבער זײ זאָלן זיך נישט אָנרירן אָן דעם הײליקן, װאָרעם זײ װעלן שטאַרבן. דאָס איז װאָס די קינדער פֿון קהָת דאַרפֿן טראָגן פֿון אוֹהל-מוֹעד. 16און די אױפֿזעונג פֿון אֶלעָזָר דעם זון פֿון אַהרֹן דעם כּהן זאָל זײַן איבער דעם אײל פֿאַר לײַכטונג, און דעם װײַרעך פֿון שמעקעדיקע געװירצן, און דעם שטענדיקן שפּײַזאָפּפֿער, און דעם אײל פֿון זאַלבונג; די אױפֿזעונג איבער דעם גאַנצן מישכּן מיט אַלץ װאָס אין אים, סײַ דאָס הײליקטום, און סײַ זײַנע כּלים.
17און ה׳ האָט גערעדט צו משהן און צו אַהרֹנען, אַזױ צו זאָגן: 18איר זאָלט נישט לאָזן פֿאַרשניטן װערן דעם שבֿט פֿון די משפּחות פֿון די קהָתים, פֿון צװישן די לוִיִים; 19נײַערט אַזױ טוט מיט זײ, כּדי זײ זאָלן לעבן און נישט שטאַרבן, װען זײ גענענען צו די הײליקסטע הײליקײטן: אַהרֹן און זײַנע זין זאָלן אַרײַנגײן, און זײ שטעלן יעטװעדער אײנעם אױף זײַן דינסט, און בײַ זײַן משׂא. 20און זײ זאָלן נישט אַרײַנגײן זען װי מע צענעמט דאָס הײליקטום, און שטאַרבן.
נָשׂא
21און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 22נעם אױף די צאָל אױך פֿון די קינדער פֿון גֵרשוֹן לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, לױט זײערע משפּחות. 23פֿון דרײַסיק יאָר אַלט און העכער, ביז פֿופֿציק יאָר אַלט, זאָלסטו זײ צײלן, איטלעכן װאָס קומט דינען אין דינסט, צו טאָן אַרבעט אין אוֹהל-מוֹעד. 24דאָס איז דער דינסט פֿון די משפּחות פֿון די גֵרשונים בײַם אַרבעטן און בײַם טראָגן: 25זײ זאָלן טראָגן די פֿאָרהאַנגען פֿון מישכּן, און דעם אוֹהל-מוֹעד, זײַן צודעק, און דעם צודעק פֿון תּחש-פֿעל װאָס אױבן איבער אים, און דעם טירפֿאָרהאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד: 26און די אַרומהאַנגען פֿון הױף, און דעם טירפֿאָרהאַנג פֿון טױער פֿון דעם הױף װאָס רונד אַרום דעם מישכּן און דעם מזבח, און זײערע שטריק, און אַלע זײערע אַרבעטגעצײַג; און אַלץ װאָס דאַרף דערמיט געטאָן װערן זאָלן זײ טאָן. 27לױט דעם מױל פֿון אַהרֹנען און זײַנע זין זאָל געשען דער גאַנצער דינסט פֿון די קינדער פֿון די גֵרשונים, אין אַל זײער טראָגן, און אין אַל זײער דינסט; און איר זאָלט איבערגעבן אין זײער היטונג אַלץ װאָס זײ דאַרפֿן טראָגן. 28דאָס איז דער דינסט פֿון די משפּחות פֿון די קינדער פֿון די גֵרשונים אין אוֹהל-מוֹעד; און זײער היטונג זאָל זײַן אונטער דער האַנט פֿון איתָמָר דעם זון פֿון אַהרֹן דעם כּהן.
29די קינדער פֿון מרָרי, זײ אױך זאָלסטו צײלן לױט זײערע משפּחות, לױט זײערע פֿאָטערהײַזער. 30פֿון דרײַסיק יאָר אַלט און העכער, און ביז פֿופֿציק יאָר אַלט, זאָלסטו זײ צײלן, איטלעכן װאָס גײט אַרײַן אין דינסט צו טאָן די אַרבעט פֿון אוֹהל-מוֹעד. 31און דאָס איז װאָס זײ דאַרפֿן אָפּהיטן צו טראָגן, לױט זײער גאַנצן דינסט אין אוֹהל-מוֹעד: די ברעטער פֿון מישכּן, און זײַנע ריגלען, און זײַנע זײַלן, און זײַנע שװעלן; 32און די זײַלן פֿון הױף רונד אַרום, און זײערע שװעלן, און זײערע פֿלעקלעך, און זײערע שטריק – אַלע זײערע זאַכן, און אַלע זײערע צובאַהער. און מיט די נעמען זאָלט איר אױסצײלן די זאַכן װאָס זײ דאַרפֿן אָפּהיטן צו טראָגן. 33דאָס איז דער דינסט פֿון די משפּחות פֿון די קינדער פֿון מרָרי, לױט אַל זײער דינסט אין אוֹהל-מוֹעד, אונטער דער האַנט פֿון איתָמָר דעם זון פֿון אַהרֹן דעם כּהן.
34און משה און אַהרֹן און די פֿירשטן פֿון דער עדה האָבן געצײלט די קינדער פֿון די קהָתים לױט זײערע משפּחות, און לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, 35פֿון דרײַסיק יאָר אַלט און העכער, און ביז פֿופֿציק יאָר אַלט, איטלעכן װאָס איז אַרײַן אין דינסט צו דער אַרבעט אין אוֹהל-מוֹעד. 36און זײערע געצײלטע לױט זײערע משפּחות, זײַנען געװען צװײ טױזנט זיבן הונדערט און פֿופֿציק. 37דאָס זײַנען די געצײלטע פֿון די משפּחות פֿון די קהָתים, אַלע װאָס האָבן געדינט אין אוֹהל-מוֹעד, די װאָס משה און אַהרֹן האָבן געצײלט לױט דעם מױל פֿון ה׳ דורך משהן.
38און די געצײלטע פֿון די קינדער פֿון גֵרשוֹן לױט זײערע משפּחות, און לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, 39פֿון דרײַסיק יאָר אַלט און העכער, און ביז פֿופֿציק יאָר אַלט, איטלעכער װאָס איז אַרײַן אין דינסט צו דער אַרבעט אין אוֹהל-מוֹעד. 40זײערע געצײלטע לױט זײערע משפּחות, לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, זײַנען געװען צװײ טױזנט און זעקס הונדערט און דרײַסיק. 41דאָס זײַנען די געצײלטע פֿון די משפּחות פֿון די קינדער פֿון גֵרשוֹן, אַלע װאָס האָבן געדינט אין אוֹהל-מוֹעד, די װאָס משה און אַהרֹן האָבן געצײלט לױט דעם מױל פֿון ה׳.
42און די געצײלטע פֿון די משפּחות פֿון די קינדער פֿון מרָרי לױט זײערע משפּחות, לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, 43פֿון דרײַסיק יאָר אַלט און העכער, און ביז פֿופֿציק יאָר אַלט, איטלעכער װאָס איז אַרײַן אין דינסט צו דער אַרבעט אין אוֹהל-מוֹעד 44זײערע געצײלטע לױט זײערע משפּחות, זײַנען געװען דרײַ טױזנט און צװײ הונדערט. 45דאָס זײַנען די געצײלטע פֿון די משפּחות פֿון די קינדער פֿון מרָרי, װאָס משה און אַהרֹן האָבן געצײלט לױט דעם מױל פֿון ה׳ דורך משהן.
46אַלע געצײלטע װאָס משה און אַהרֹן און די פֿירשטן פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געצײלט פֿון די לוִיִים לױט זײערע משפּחות, און לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, 47פֿון דרײַסיק יאָר אַלט און העכער, און ביז פֿופֿציק יאָר אַלט, איטלעכער װאָס איז געקומען דינען דעם דינסט פֿון אַרבעט, און דעם דיסנט פֿון טראָגן, אין אוֹהל-מוֹעד. 48זײערע געצײלטע זײַנען געװען אַכט טױזנט און פֿינף הונדערט און אַכציק.
49לױט דעם מױל פֿון ה׳ דורך משהן האָט מען זײ געשטעלט יעטװעדער מאַן אױף זײַן דינסט און אױף זײַן משׂא. אַזױ איז געװען זײער צײלונג װאָס ה׳ האָט באַפֿױלן משהן.
Currently Selected:
במִדְבר ד: OYTORAH
Highlight
Copy
Compare
Share
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Tanakh,
© Artists for Israel International, 2025