YouVersion Logo
Search Icon

במִדְבר ו

ו
1און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 2רעד צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַז אַ מאַן אָדער אַ פֿרױ װעט קלאָר אַ נדר טאָן דעם נדר פֿון אַ נזיר, זיך אָפּצושײדן צו ה׳, 3זאָל ער פֿון װײַן און שטאַרקן געטראַנק זיך אָפּהאַלטן; עסיק פֿון װײַן און עסיק פֿון שטאַרקן געטראַנק זאָל ער נישט טרינקען, און קײן זאַפֿט פֿון טרױבן זאָל ער נישט טרינקען; און טרױבן פֿרישע אָדער געטריקנטע זאָל ער נישט עסן. 4אַלע טעג פֿון זײַן נזיר אָפּזונדערן זאָל ער פֿון אַלץ װאָס װערט געמאַכט פֿון װײַנשטאָק, פֿון קערנדלעך ביז אַ שאָלעכץ נישט עסן. 5אַלע טעג פֿון זײַן נדר פֿון נזיר אָפּזונדערן זאָל אַ גאָלמעסער נישט אַריבערגײן איבער זײַן קאָפּ; ביז עס װערן פֿול די טעג װאָס ער װעט זיך אָפּשײדן צו ה׳, זאָל ער זײַן הײליק: לאָזן װאַקסן װילד די האָר פֿון זײַן קאָפּ. 6אַלע טעג װאָס ער שײדט זיך אָפּ צו ה׳, זאָל ער צו דעם לײַב פֿון אַ טױטן נישט צוגײן. 7אָן זײַן פֿאָטער און אָן זײַן מוטער, אָן זײַן ברודער און אָן זײַן שװעסטער, אַפֿילו אָן זײ זאָל ער זיך נישט פֿאַראומרײניקן, אַז זײ שטאַרבן, װאָרעם די נזיר אָפּזונדערן פֿון זײַן ג-ט איז אױף זײַן קאָפּ. 8אַלע טעג פֿון זײַן נזיר אָפּזונדערן איז ער הײליק צו ה׳. 9און אַז עמיצער װעט שטאַרבן לעבן אים פּלוצלינג אומגעריכט, און װעט פֿאַראומרײניקן זײַן נזיר-קאָפּ, זאָל ער אָפּגאָלן זײַן קאָפּ אין דעם טאָג װאָס ער װערט רײן: אױפֿן זיבעטן טאָג זאָל ער אים אָפּגאָלן. 10און אױפֿן אַכטן טאָג זאָל ער ברענגען צװײ טורטלטױבן, אָדער צװײ יונגע טױבן, צום כּהן, צום אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד. 11און דער כּהן זאָל מאַכן אײנע פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער, און אײנע פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער, און מכַפּר זײַן אױף אים פֿאַר װאָס ער האָט געזינדיקט אָן דעם טױטן; און ער זאָל הײליקן זײַן קאָפּ אין יענעם טאָג. 12און ער זאָל זיך אָפּשײדן צו ה׳ די טעג פֿון זײַן נזיר אָפּזונדערן, און ברענגען אַ יאָריקן שעפּס פֿאַר אַ שולדאָפּפֿער, און די פֿריִערדיקע טעג זאָלן אָפּפֿאַַלן, װאָרעם זײַן נזיר אָפּזונדערן איז פֿאַראומרײניקט געװאָרן.
13און דאָס איז דער דין פֿון אַ נזיר: אין דעם טאָג װאָס די טעג פֿון זײַן נזיר אָפּזונדערן װערן פֿול, זאָל מען אים ברענגען צום אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד; 14און ער זאָל גענענען זײַן קָרבָּן צו ה׳, אײן שעפּס אַ יאָריקן אָן אַ פֿעלער פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער, און אײן שאָף אַ יאָריקע אָן אַ פֿעלער פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער, און אײן װידער אָן אַ פֿעלער פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער, 15און אַ קאָרב אומגעזײַערטן ברױט, חלות פֿון זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, און אומגעזײַערטע קוכנס באַשמירט מיט אײל, און זײער שפּײַזאָפּפֿער און זײערע גיסאָפּפֿער. 16און דער כּהן זאָל עס גענענען פֿאַר ה׳, און מאַכן זײַן זינדאָפּפֿער און זײַן בראַנדאָפּפֿער. 17און דעם װידער זאָל ער מאַכן אַ פֿרידאָפּפֿער צו ה׳, מיט דעם קאָרב אומגעזײַערטן ברױט; און דער כּהן זאָל מאַכן זײַן שפּײַזאָפּפֿער און זײַן גיסאָפּפֿער. 18און דער נזיר זאָל אָפּגאָלן בײַם אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד זײַן נזיר-קאָפּ, און נעמען די האָר פֿון זײַן נזיר-קאָפּ, און אַרױפֿטאָן אױף דעם פֿײַער װאָס אונטערן פֿרידאָפּפֿער. 19און דער כּהן זאָל נעמען די שולטער, אַ געקאָכטע, פֿון דעם װידער, און אײן אומגעזײַערטע חלה פֿון דעם קאָרב, און אײן אומגעזײַערטן קוכן, און אַרױפֿטאָן אױף דעם נזירס הענט, נאָך דעם װי ער האָט זיך אָפּגעגאָלט זײַנע נזיר-האָר. 20און דער כּהן זאָל זײ אױפֿהײבן אַן אױפֿהײבונג פֿאַר ה׳; דאָס איז הײליק צום כּהן, מיט דער ברוסט פֿון אױפֿהײבונג, און מיט דעם שענקל פֿון אָפּשײדונג. און דערנאָך מעג דער נזיר טרינקען װײַן.
21דאָס איז דער דין פֿון דעם נזיר װאָס טוט אַ נדר, װעגן זײַן קָרבָּן צו ה׳ פֿאַר זײַן נזיר אָפּזונדערן, אַחוץ װאָס זײַן האַנט פֿאַרמאָגט נאָך צוצוגעבן; אַזױ װי זײַן נדר װאָס ער װעט אַ נדר טאָן, אַזױ מוז ער טאָן, לױט דעם דין פֿון זײַן נזיר אָפּזונדערן.
22און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 23רעד צו אַהרֹנען און צו זײַנע זין, אַזױ צו זאָגן: אַזױ זאָלט איר בענטשן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל; זאָגט צו זײ:
24ה׳ זאָל דיך בענטשן, און דיך היטן!
25ה׳ זאָל דערלײַכטן זײַן פּנים צו דיר, און דיך לײַטזעליקן!
26ה׳ זאָל אױפֿהײבן זײַן פּנים צו דיר, און דיר באַשערן שלום!
27און זײ זאָלן אַרױפֿטאָן מײַן נאָמען אױף די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און איך װעל זײ בענטשן.

Currently Selected:

במִדְבר ו: OYTORAH

Highlight

Copy

Compare

Share

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in