YouVersion Logo
Search Icon

במִדְבר ג

ג
1און דאָס זײַנען די געבורטן פֿון אַהרֹנען און פֿון משהן, װען ה׳ האָט גערעדט מיט משהן אױפֿן באַרג סינַי. 2און דאָס זײַנען די נעמען פֿון אַהרֹנס זין: דער בכוֹר נָדָבֿ, און אַבֿיהוא, אֶלעָזָר, און איתָמָר. 3דאָס זײַנען די נעמען פֿון אַהרֹנס זין, די געזאַלבטע כּהנים װאָס מע האָט דערפֿילט זײער האַנט צו טאָן די כּהונה. 4און נָדָבֿ און אַבֿיהוא זײַנען געשטאָרבן פֿאַר ה׳ װען זײ האָבן געבראַכט פֿרעמד פֿײַער פֿאַר ה׳, אין מדבר סינַי, און קײן קינדער האָבן זײ נישט געהאַט; און אֶלעָזָר און איתָמָר זײַנען געװאָרן כּהנים לעבן זײער פֿאָטער אַהרֹנען.
5און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 6מאַך גענענען דעם שבֿט לֵוִי, און זאָלסט אים שטעלן פֿאַר אַהרֹן דעם כּהן, און זײ זאָלן אים באַדינען. 7און זײ זאָלן היטן זײַן היטונג און די היטונג פֿון דער גאַנצער עדה פֿאַרן אוֹהל-מוֹעד, צו דינען דעם דינסט פֿון מישכּן.
8און זײ זאָלן היטן אַלע כּלים פֿון אוֹהל-מוֹעד, און די היטונג פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, צו דינען דעם דינסט פֿון מישכּן. 9זאָלסט געבן די לוִיִים צו אַהרֹנען און צו זײַנע זין; אָפּגעגעבן זײַנען זײ אָפּגעגעבן צו אים פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל. 10און אַהרֹנען און זײַנע זין זאָלסטו באַפֿעלן, זײ זאָלן היטן זײער כּהונה, און דער פֿרעמדער װאָס גענענט זאָל געטײט װערן.
11און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 12און איך, זע, האָב גענומען די לוִיִים פֿון צװישן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל אַנשטאָט איטלעכן בכוֹר װאָס עפֿנט דעם טראַכט צװישן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל; און די לוִיִים זאָלן געהערן צו מיר. 13װאָרעם צו מיר געהערט איטלעכער בכוֹר; אין דעם טאָג װאָס איך האָב דערשלאָגן איטלעכן בכוֹר אין לאַנד מִצרַיִם האָב איך געהײליקט צו מיר איטלעכן בכוֹר אין יִשׂרָאֵל, פֿון אַ מענטשן ביז אַ בהמה. צו מיר זאָלן זײ געהערן: איך בין ה׳.
14און ה׳ האָט גערעדט צו משהן אין מדבר סינַי, אַזױ צו זאָגן:
15צײל די קינדער פֿון לֵוִי לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, לױט זײערע משפּחות; איטלעכן מאַנספּאַרשױן פֿון אַ חודש אַלט און העכער זאָלסטו זײ צײלן.
16און משה האָט זײ געצײלט לױט דעם מױל פֿון ה׳, אַזױ װי ער איז באַפֿױלן געװאָרן. 17און דאָס זײַנען געװען די זין פֿון לֵוִין מיט זײערע נעמען: גֵרשוֹן, און קהָת, און מרָרי. 18און דאָס זײַנען די נעמען פֿון די זין פֿון גֵרשוֹנען לױט זײערע משפּחות: לִבֿני, און שִמְעִי.
19און די זין פֿון קהָתן לױט זײערע משפּחות: עַמרָם, און יִצהָר, חֶבֿרוֹן, און עוזיאֵל. 20און די זין פֿון מרָרין לױט זײערע משפּחות: מַחלי, און מושי. דאָס זײַנען די משפּחות פֿון לֵוִי לױט זײערע פֿאָטערהײַזער.
21פֿון גֵרשוֹנען די משפּחה פֿון די לִבֿנים, און די משפּחה פֿון די שִמעִים; דאָס זײַנען די משפּחות פֿון די גֵרשונים. 22זײערע געצײלטע לױט דער צאָל פֿון אַלע מאַנספּאַרשױנען פֿון אַ חודש אַלט און העכער – זײערע געצײלטע זײַנען געװען זיבן טױזנט און פֿינף הונדערט. 23די משפּחות פֿון די גֵרשונים האָבן געלאַגערט הינטער דעם מישכּן צו מערבֿ. 24און דער פֿירשט פֿון דעם פֿאָטערהױז פֿון די גֵרשונים איז געװען אֶליָסָף דער זון פֿון לָאֵלן. 25און די היטונג פֿון די קינדער פֿון גֵרשוֹן בײַם אוֹהל-מוֹעד איז געװען דער מישכּן, און דאָס געצעלט, זײַן צודעק, און דער טירפֿאָרהאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד, 26און די אַרומהאַנגען פֿון דעם הױף, און דער טירפֿאָרהאַנג פֿון דעם הױף װאָס רונד אַרום דעם מישכּן און דעם מזבח, און זײַנע שטריק, מיט אַלע זײַנע דינסט.
27און פֿון קהָתן די משפּחה פֿון די עַמרָמים, און די משפּחה פֿון די יִצהָרים, און די משפּחה פֿון די חֶבֿרוֹנים, און די משפּחה פֿון די עוזיאֵלים; דאָס זײַנען די משפּחות פֿון די קהָתים: 28לױט דער צאָל פֿון אַלע מאַנספּאַרשױנען פֿון אַ חודש אַלט און העכער, אַכט טױזנט און זעקס הונדערט װאָס היטן די היטונג פֿון מִקדָש. 29די משפּחות פֿון די קינדער פֿון קהָת האָבן געלאַגערט בײַן זײַט פֿון מישכּן, צו דָרום. 30און דער פֿירשט פֿון דעם פֿאָטערהױז פֿון די משפּחות פֿון די קהָתים איז געװען אֶליצָפֿן דער זון פֿון עוזיאֵלן.
31און זײער היטונג איז געװען דער אָרון, און דער טיש, און די מנוֹרה, און די מזבחות, און די הײליקע כּלים װאָס מע דינט מיט זײ, און דער פֿאָרהאַנג, און אַלע זײַנע דינסט.
32און דער פֿירשט איבער די פֿירשטן פֿון די לוִיִים איז געװען אֶלעָזָר דער זון פֿון אַהרֹן דעם כּהן, דער אױפֿזעער איבער די װאָס היטן די היטונג פֿון דעם הײליקטום.
33פֿון מרָרין די משפּחה פֿון די מַחלים, און די משפּחה פֿון די מושים; דאָס זײַנען די משפּחות פֿון מרָרי. 34און זײערע געצײלטע לױט דער צאָל פֿון אַלע מאַנספּאַרשױנען פֿון אַ חודש אַלט און העכער זײַנען געװען זעקס טױזנט און צװײ הונדערט. 35און דער פֿירשט פֿון דעם פֿאָטערהױז פֿון די משפּחות פֿון מרָרי איז געװען צוריאֵל דער זון פֿון אַבֿיהַיִלן. זײ האָבן געלאַגערט בײן זײַט פֿון מישכּן צו צפֿון. 36און די געשטעלטע היטונג פֿון די קינדער פֿון מרָרי איז געװען: די ברעטער פֿון מישכּן, און זײַנע ריגלען, און זײַנע זײַלן, און זײַנע שװעלן, און אַלע זײַנע כּלים, און אַלע זײַנע דינסט; 37און די זײַלן פֿון הױף רונד אַרום, און זײערע שװעלן, און זײערע פֿלעקלעך, און זײערע שטריק.
38און די װאָס האָבן געלאַגערט פֿאַר דעם מישכּן צו מזרח, פֿאַר דעם אוֹהל-מוֹעד צו זונאױפֿגאַנג, זײַנען געװען משה, און אַהרֹן און זײַנע זין, װאָס האָבן געהיט די היטונג פֿון מִקדָש, פֿאַר דער היטונג פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל; און דער פֿרעמדער װאָס גענענט, האָט געזאָלט געטײט װערן.
39אַלע געצײלטע פֿון די לוִיִים, װאָס משה און אַהרֹן האָבן געצײלט לױט דעם מױל פֿון ה׳, נאָך זײערע משפּחות, אַלע מאַנספּאַרשױנען פֿון אַ חודש אַלט און העכער, צװײ און צװאַנציק טױזנט.
40און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן: צײל אַלע ערשטגעבאָרענע מאַנספּאַרשױנען פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל פֿון אַ חודש אַלט און העכער, און נעם אױף די צאָל פֿון זײערע נעמען. 41און זאָלסט נעמען פֿאַר מיר, ה׳, די לוִיִים אַנשטאָט אַלע בכוֹרים צװישן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און די בהמות פֿון די לוִיִים אַנשטאָט אַלע בכוֹרים צװישן די בהמות פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל.
42און משה האָט איבערגעצײלט, אַזױ װי ה׳ האָט אים באַפֿױלן, אַלע בכוֹרים צװישן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל. 43און אַלע ערשטגעבאָרענע מאַנספּאַרשױנען, לױט דער צאָל פֿון נעמען, פֿון אַ חודש אַלט און העכער, נאָך זײערע געצײלטע, זײַנען געװען צװײ און צװאַנציק טױזנט און צװײ הונדערט און דרײַ און זיבעציק.
44און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 45נעם די לוִיִים אַנשטאָט אַלע בכוֹרים צװישן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און די בהמות פֿון די לוִיִים אַנשטאָט זײערע בהמות, און די לוִיִים זאָלן געהערן צו מיר. איך בין ה׳. 46און צום אױסלײז פֿאַר די צװײ הונדערט און דרײַ און זיבעציק פֿון די בכוֹרים פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל װאָס קומען אױס מער פֿון די לוִיִים, 47זאָלסטו נעמען צו פֿינף, צו פֿינף שֶקל פֿון אַ קאָפּ; אױפֿן הײליקן שֶקל זאָלסטו עס נעמען, צװאַנציק גֵרָה דער שֶקל. 48און זאָלסט געבן דאָס געלט צו אַהרֹנען און צו זײַנע זין: דעם אױסלײז פֿאַר די װאָס קומען אױס מער צװישן זײ.
49האָט משה גענומען דאָס אױסלײזגעלט פֿון די װאָס זײַנען אױסגעקומען מער װי די װאָס זײַנען אױסגעלײזט געװאָרן דורך די לוִיִים; 50פֿון די בכוֹרים פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָט ער גענומען דאָס געלט: טױזנט און דרײַ הונדערט און פֿינף און זעכציק, אױפֿן הײליקן שֶקל. 51און משה האָט געגעבן דאָס אױסלײזגעלט צו אַהרֹנען און צו זײַנע זין, לױט דעם מױל פֿון ה׳, אַזױ װי ה׳ האָט משהן באַפֿױלן.

Currently Selected:

במִדְבר ג: OYTORAH

Highlight

Copy

Compare

Share

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in