במִדְבר ב
ב
1און ה׳ האָט גערעדט צו משהן און צו אַהרֹנען, אַזױ צו זאָגן:
2איטלעכער בײַ זײַן פֿאָן, לױט די צײכנס פֿון זײערע פֿאָטערהײַזער, זאָלן לאַגערן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל; אַקעגנאיבער רונד אַרום דעם אוֹהל-מוֹעד זאָלן זײ לאַגערן. 3און די װאָס לאַגערן אין מזרח צו זונאױפֿגאַנג זאָלן זײַן: די פֿאָן פֿון דעם לאַגער פֿון יהוּדה לױט זײערע מחנות, מיט דעם פֿירשט פֿון די קינדער פֿון יהוּדה, נַחשוֹן דעם זון פֿון עַמינָדָבֿן, 4און זײַן חיל – זײערע געצײלטע, פֿיר און זיבעציק טױזנט און זעקס הונדערט. 5און די װאָס לאַגערן לעבן אים: שבֿט יִשׂשָׂכָר, מיט דעם פֿירשט פֿון די קינדער פֿון יִשׂשָׂכָר, נתַנאֵל דעם זון פֿון צוּעַרן, 6און זײַן חיל – זײַנע געצײלטע, פֿיר און פֿופֿציק טױזנט און פֿיר הונדערט; 7שבֿט זבֿולון, מיט דעם פֿירשט פֿון די קינדער פֿון זבֿולון, אֶליאָבֿ דעם זון פֿון חֵלוֹנען, 8און זײַן חיל – זײַנע געצײלטע, זיבן און פֿופֿציק טױזנט און פֿיר הונדערט. 9אַלע געצײלטע פֿון דעם לאַגער פֿון יהוּדה: הונדערט און אַכציק טױזנט און זעקס טױזנט און פֿיר הונדערט, לױט זײערע מחנות. זײ זאָלן ציִען צוערשט.
10די פֿאָן פֿון דעם לאַגער פֿון ראובֿן זאָל זײַן צו דָרום, לױט זײערע מחנות, מיט דעם פֿירשט פֿון די קינדער פֿון ראובֿן, אֶליצור דעם זון פֿון שדֵיאורן, 11און זײַן חיל – זײַנע געצײלטע, זעקס און פֿערציק טױזנט און פֿינף הונדערט. 12און די װאָס לאַגערן לעבן אים: שבֿט שמעון, מיט דעם פֿירשט פֿון די קינדער פֿון שמעון, שלומיאֵל דעם זון פֿון צורישַדָין, 13און זײַן חיל – זײערע געצײלטע, נײַן און פֿופֿציק טױזנט און דרײַ הונדערט; 14און שבֿט גָד, מיט דעם פֿירשט פֿון די קינדער פֿון גָד, אֶליָסָף דעם זון פֿון רְעואֵלן, 15און זײַן חיל – זײערע געצײלטע, פֿינף און פֿערציק טױזנט און זעקס הונדערט און פֿופֿציק.
16אַלע געצײלטע פֿון דעם לאַגער פֿון ראובֿן, הונדערט טױזנט און אײן און פֿופֿציק טױזנט און פֿיר הונדערט און פֿופֿציק, לױט זײערע מחנות. און זײ זאָלן ציִען די צװײטע.
17און דער אוֹהל-מוֹעד, דער לאַגער פֿון די לוִיִים, זאָל ציִען אין מיטן פֿון די לאַגערן; אַזױ װי זײ רוען, אַזױ זאָלן זײ ציִען; איטלעכער אױף זײַן אָרט לױט זײערע פֿאָנעס.
18די פֿאָן פֿון דעם לאַגער פֿון אפֿרים לױט זײער מחנות זאָל זײַן צו מערבֿ, מיט דעם פֿירשט פֿון די קינדער פֿון אפֿרים, אֶלישָמָע דעם זון פֿון עַמיהודן, 19און זײַן חיל – זײערע געצײלטע, פֿערציק טױזנט און פֿינף הונדערט. 20און לעבן אים שבֿט מנַשֶה, מיט דעם פֿירשט פֿון די קינדער פֿון מנַשֶה, גַמליאֵל דעם זון פֿון פּדָהצורן, 21און זײַן חיל – זײערע געצײלטע, צװײ און דרײַסיק טױזנט און צװײ הונדערט; 22און שבֿט בנימין, מיט דעם פֿירשט פֿון די קינדער פֿון בנימין, אַבֿידָן דעם זון פֿון גדעונין, 23און זײַן חיל – זײערע געצײלטע, פֿינף און דרײַסיק טױזנט און פֿיר הונדערט. 24אַלע געצײלטע פֿון דעם לאַגער פֿון אפֿרים, הונדערט טױזנט און אַכט טױזנט און הונדערט, לױט זײערע מחנות. און זײ זאָלן ציִען די דריטע.
25די פֿאָן פֿון דעם לאַגער פֿון דָן זאָל זײַן צו צפֿון, לױט זײערע מחנות, מיט דעם פֿירשט פֿון די קינדער פֿון דָן, אַחיעֶזֶר דעם זון פֿון עַמישַדָין, 26און זײַן חיל – זײערע געצײלטע, צװײ און זעכציק טױזנט און זיבן הונדערט. 27און די װאָס לאַגערן לעבן אים: שבֿט אָשֵר, מיט דעם פֿירשט פֿון די קינדער פֿון אָשֵר, פּגעִיאֵל דעם זון פֿון עָכרָנען, 28און זײַן חיל – זײערע געצײלטע, אײן און פֿערציק טױזנט און פֿינף הונדערט; 29און שבֿט נַפֿתָּלי, מיט דעם פֿירשט פֿון די קינדער פֿון נַפֿתָּלי, אַחירַע דעם זון פֿון עֵינָנען, 30און זײַן חיל – זײערע געצײלטע, דרײַ און פֿופֿציק טױזנט און פֿיר הונדערט. 31אַלע געצײלטע פֿון דעם לאַגער פֿון דָן, הונדערט טױזנט און זיבן און פֿופֿציק טױזנט און זעקס הונדערט. זײ זאָלן ציִען צולעצט לױט זײערע פֿאָנעס.
32דאָס זײַנען די געצײלטע פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, לױט זײערע פֿאָטערהײַזער; אַלע געצײלטע פֿון די לאַגערן, לױט זײערע מחנות, זײַנען געװען זעקס מאָל הונדערט טױזנט און דרײַ טױזנט און פֿינף הונדערט און פֿופֿציק. 33אָבער די לוִיִים זײַנען נישט געצײלט געװאָרן צװישן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל; אַזױ װי ה׳ האָט באַפֿױלן משהן.
34און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געטאָן אַזױ װי אַלץ װאָס ה׳ האָט באַפֿױלן משהן; אַזױ האָבן זײ גערוט לױט זײערע פֿאָנעס, און אַזױ האָבן זײ געצױגן, איטלעכער לױט זײַנע משפּחות, בײַ זײַן פֿאָטערהױז.
Currently Selected:
במִדְבר ב: OYTORAH
Highlight
Copy
Compare
Share
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Tanakh,
© Artists for Israel International, 2025