YouVersion Logo
Search Icon

במִדְבר א

א
במִדְבר
1און ה׳ האָט גערעדט צו משהן אין מדבר סינַי, אין אוֹהל-מוֹעד, אין ערשטן טאָג פֿון צװײטן חודש, אין צװײטן יאָר נאָך זײער אַרױסגײן פֿון לאַנד מִצרַיִם, אַזױ צו זאָגן:
2נעמט אױף דעם מיספּר פֿון דער גאַנצער עדה פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל לױט זײערע משפּחות, לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, נאָך דער צאָל פֿון נעמען, יעטװעדער מאַנספּאַרשױן, לױט זײערע קעפּ. 3פֿון צװאַנציק יאָר אַלט און העכער, איטלעכן אין יִשׂרָאֵל װאָס גײט אַרױס אין חיל, זאָלט איר זײ צײלן לױט זײערע מחנות, דו און אַהרֹן.
4און מיט אײַך זאָלן זײַן צו מאַן, צו מאַן פֿון אַ שבֿט, אַ מאַן װאָס איז דער הױפּט פֿון זײַן פֿאָטערהױז. 5און דאָס זײַנען די נעמען פֿון די מענער װאָס זאָלן שטײן מיט אײַך: פֿון ראובֿן, אֶליצור דער זון פֿון שדֵיאורן. 6פֿון שמעון, שלומיאֵל דער זון פֿון צורישַדָין. 7פֿון יהוּדה, נַחשוֹן דער זון פֿון עַמינָדָבֿן. 8פֿון יִשׂשָׂכָר, נתַנאֵל דער זון פֿון צוּעַרן.
9פֿון זבֿולון, אֶליאָבֿ דער זון פֿון חֵלוֹנען. 10פֿון די קינדער פֿון יוֹסף: פֿון אפֿרים, אֶלישָמָע דער זון פֿון עַמיהודן; פֿון מנַשֶה, גַמליאֵל דער זון פֿון פּדָהצורן. 11פֿון בנימין, אַבֿידָן דער זון פֿון גדעונין. 12פֿון דָן, אַחיעֶזֶר דער זון פֿון עַמישַדָין. 13פֿון אָשֵר, פּגעִיאֵל דער זון פֿון עָכרָנען. 14פֿון גָד, אֶליָסָף דער זון פֿון דְעואֵלן. 15פֿון נַפֿתָּלי, אַחירַע דער זון פֿון עֵינָנען.
16די דאָזיקע זײַנען געװען גערופֿענע פֿון דער עדה, פֿירשטן פֿון זײערע פֿאָטערשטאַמען; די הױפּטלײַט פֿון די טױזנטן פֿון יִשׂרָאֵל זײַנען זײ געװען. 17און משה און אַהרֹן האָבן גענומען די דאָזיקע מענער װאָס זײַנען אָנגערופֿן מיט די נעמען, 18און זײ האָבן אײַנגעזאַמלט די גאַנצע עדה אין ערשטן טאָג פֿון צװײטן חודש; און זײ האָבן אָנגעגעבן זײער געבורט לױט זײערע משפּחות, לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, נאָך דער צאָל פֿון נעמען, פֿון צװאַנציק יאָר אַלט און העכער, לױט זײערע קעפּ. 19אַזױ װי ה׳ האָט באַפֿױלן משהן, האָט ער זײ געצײלט אין מדבר סינַי.
20און די קינדער פֿון ראובֿן, יִשׂרָאֵלס בכוֹר, זײערע געבורטן לױט זײערע משפּחות, לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, נאָך דער צאָל פֿון נעמען, לױט זײערע קעפּ, יעטװעדער מאַנספּאַרשױן פֿון צװאַנציק יאָר אַלט און העכער, איטלעכער װאָס גײט אַרױס אין חיל – 21זײערע געצײלטע, פֿון שבֿט ראובֿן, זײַנען געװען זעקס און פֿערציק טױזנט און פֿינף הונדערט.
22פֿון די קינדער פֿון שמעון, זײערע געבורטן לױט זײערע משפּחות, לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, זײַנע געצײלטע נאָך דער צאָל פֿון נעמען, לױט זײערע קעפּ, יעטװעדער מאַנספּאַרשױן פֿון צװאַנציק יאָר אַלט און העכער, איטלעכער װאָס גײט אַרױס אין חיל – 23זײערע געצײלטע, פֿון שבֿט שמעון, נײַן און פֿופֿציק טױזנט און דרײַ הונדערט.
24פֿון די קינדער פֿון גָד, זײערע געבורטן לױט זײערע משפּחות, לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, נאָך דער צאָל פֿון נעמען, פֿון צװאַנציק יאָר אַלט און העכער, איטלעכער װאָס גײט אַרױס אין חיל – 25זײערע געצײלטע, פֿון שבֿט גָד, פֿינף און פֿערציק טױזנט און זעקס הונדערט און פֿופֿציק.
26פֿון די קינדער פֿון יהוּדה, זײערע געבורטן לױט זײערע משפּחות, לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, נאָך דער צאָל פֿון נעמען, פֿון צװאַנציק יאָר אַלט און העכער, איטלעכער װאָס גײט אַרױס אין חיל – 27זײערע געצײלטע, פֿון שבֿט יהוּדה, פֿיר און זיבעציק טױזנט און זעקס הונדערט.
28פֿון די קינדער פֿון יִשׂשָׂכָר, זײערע געבורטן לױט זײערע משפּחות, לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, נאָך דער צאָל פֿון נעמען, פֿון צװאַנציק יאָר אַלט און העכער, איטלעכער װאָס גײט אַרױס אין חיל – 29זײערע געצײלטע, פֿון שבֿט יִשׂשָׂכָר, פֿיר און פֿופֿציק טױזנט און פֿיר הונדערט.
30פֿון די קינדער פֿון זבֿולון, זײערע געבורטן לױט זײערע משפּחות, לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, נאָך דער צאָל פֿון נעמען, פֿון צװאַנציק יאָר אַלט און העכער, איטלעכער װאָס גײט אַרױס אין חיל – 31זײערע געצײלטע, פֿון שבֿט זבֿולון, זיבן און פֿופֿציק טױזנט און פֿיר הונדערט.
32פֿון די קינדער פֿון יוֹסף: פֿון די קינדער פֿון אפֿרים, זײערע געבורטן לױט זײערע משפּחות, לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, נאָך דער צאָל פֿון נעמען, פֿון צװאַנציק יאָר אַלט און העכער, איטלעכער װאָס גײט אַרױס אין חיל – 33זײערע געצײלטע, פֿון שבֿט אפֿרים, פֿערציק טױזנט און פֿינף הונדערט.
34פֿון די קינדער פֿון מנַשֶה, זײערע געבורטן לױט זײערע משפּחות, לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, נאָך דער צאָל פֿון נעמען, פֿון צװאַנציק יאָר אַלט און העכער, איטלעכער װאָס גײט אַרױס אין חיל – 35זײערע געצײלטע, פֿון שבֿט מנַשֶה, צװײ און דרײַסיק טױזנט און צװײ הונדערט.
36פֿון די קינדער פֿון בנימין, זײערע געבורטן לױט זײערע משפּחות, לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, נאָך דער צאָל פֿון נעמען, פֿון צװאַנציק יאָר אַלט און העכער, איטלעכער װאָס גײט אַרױס אין חיל – 37זײערע געצײלטע, פֿון שבֿט בנימין, פֿינף און דרײַסיק טױזנט און פֿיר הונדערט.
38פֿון די קינדער פֿון דָן, זײערע געבורטן לױט זײערע משפּחות, לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, נאָך דער צאָל פֿון נעמען, פֿון צװאַנציק יאָר אַלט און העכער, איטלעכער װאָס גײט אַרױס אין חיל – 39זײערע געצײלטע, פֿון שבֿט דָן, צװײ און זעכציק טױזנט און זיבן הונדערט.
40פֿון די קינדער פֿון אָשֵר, זײערע געבורטן לױט זײערע משפּחות, לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, נאָך דער צאָל פֿון נעמען, פֿון צװאַנציק יאָר אַלט און העכער, איטלעכער װאָס גײט אַרױס אין חיל – 41זײערע געצײלטע, פֿון שבֿט אָשֵר, אײן און פֿערציק טױזנט און פֿינף הונדערט.
42די קינדער פֿון נַפֿתָּלי, זײערע געבורטן לױט זײערע משפּחות, לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, נאָך דער צאָל פֿון נעמען, פֿון צװאַנציק יאָר אַלט און העכער, איטלעכער װאָס גײט אַרױס אין חיל – 43זײערע געצײלטע, פֿון שבֿט נַפֿתָּלי, דרײַ און פֿופֿציק טױזנט און פֿיר הונדערט.
44דאָס זײַנען די געצײלטע װאָס משה און אַהרֹן האָבן געצײלט, און די פֿירשטן פֿון יִשׂרָאֵל; צװעלף מאַן, צו אײן מאַן פֿון זײַן פֿאָטערהױז זײַנען זײ געװען. 45און אַלע געצײלטע פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, פֿון צװאַנציק יאָר אַלט און העכער, איטלעכער װאָס גײט אַרױס אין חיל – אין יִשׂרָאֵל, זײַנען געװען 46אַלע געצײלטע זײַנען געװען זעקס מאָל הונדערט טױזנט און דרײַ טױזנט און פֿינף הונדערט און פֿופֿציק. 47אָבער די לוִיִים לױט זײער פֿאָטערשטאַם זײַנען נישט געצײלט געװאָרן צװישן זײ.
48און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 49דעם שבֿט לֵוִי אָבער זאָלסטו נישט צײלן, און זײער צאָל זאָלסטו נישט אױפֿנעמען צװישן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל. 50נאָר דו שטעל די לוִיִים איבער דעם מישכּן פֿון צײגנים, און איבער אַלע זײַנע כּלים, און איבער אַלץ װאָס געהערט צו אים; זײ זאָלן טראָגן דעם מישכּן, און אַלע זײַנע כּלים, און זײ זאָלן אים באַדינען; און רונד אַרום דעם מישכּן זאָלן זײ לאַגערן. 51און בײַם ציִען פֿון מישכּן זאָלן אים די לוִיִים אַראָפּנעמען, און בײַם רוען פֿון מישכּן זאָלן אים די לוִיִים אױפֿשטעלן, און דער פֿרעמדער װאָס גענענט זאָל געטײט װערן. 52און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זאָלן לאַגערן איטלעכער אין זײַן לאַגער, און איטלעכער בײַ זײַן פֿאָן, לױט זײערע מחנות. 53און די לוִיִים זאָלן לאַגערן רונד אַרום דעם מישכּן פֿון צײגנים, כּדי עס זאָל נישט זײַן אַ צאָרן אױף דער עדה פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל. און די לוִיִים זאָלן היטן די היטונג פֿון דעם מישכּן פֿון עדות.
54און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן אַזױ געטאָן; אַזױ װי אַלץ װאָס ה׳ האָט באַפֿױלן משהן, אַזױ האָבן זײ געטאָן.

Currently Selected:

במִדְבר א: OYTORAH

Highlight

Copy

Compare

Share

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in