YouVersion Logo
Search Icon

במִדְבר כח

כח
1און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 2באַפֿעל די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און זאָלסט זאָגן צו זײ: מײַן קָרבָּן, מײַן שפּײַז פֿון מײַנע פֿײַעראָפּפֿער, פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו מיר, זאָלט איר היטן מקריבֿ צו זײַן צו מיר אין זײַן געשטעלטער צײַט. 3און זאָלסט זאָגן צו זײ: דאָס איז דאָס פֿײַעראָפּפֿער װאָס איר זאָלט מקריבֿ זײַן צו ה׳: צװײ שעפּסן יאָריקע, אָן אַ פֿעלער, אַ טאָג, אַ שטענדיק בראַנדאָפּפֿער. 4אײן שעפּס זאָלסטו מאַכן אין דער פֿרי, און דעם צװײטן זאָלסטו מאַכן קעגן אָװנט. 5און אַ צענטל אֵיפֿה זעמלמעל פֿאַר אַ שפּײַזאָפּפֿער, פֿאַרמישט מיט געשלאָגענעם אײל, אַ פֿערטל הין. 6אַ שטענדיק בראַנדאָפּפֿער, אַזױ װי עס איז געמאַכט געװאָרן בײַם באַרג סינַי, פֿאַר אַ געשמאַקן ריח, אַ פֿײַעראָפּפֿער צו ה׳. 7און זײַן גיסאָפּפֿער: אַ פֿערטל הין צו דעם אײן שעפּס; אין הײליקטום זאָלסטו גיסן דאָס גיסאָפּפֿער פֿון שטאַרקן געטראַנק צו ה׳. 8און דעם צװײטן שעפּס זאָלסטו מאַכן קעגן אָװנט; אַזױ װי דאָס שפּײַזאָפּפֿער פֿון אין דער פֿרי, און אַזױ װי זײַן גיסאָפּפֿער, זאָלסטו מאַכן, אַ פֿײַעראָפּפֿער פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו ה׳.
9און אין טאָג פֿון שבת: צװײ שעפּסן יאָריקע אָן אַ פֿעלער, און צװײ צענטל זעמלמעל, אַ שפּײַזאָפּפֿער, פֿאַרמישט מיט אײל, מיט זײַן גיסאָפּפֿער; 10אַ בראַנדאָפּפֿער פֿון שבת אין שבת, אַחוץ דעם שטענדיקן בראַנדאָפּפֿער און זײַן גיסאָפּפֿער.
11און אין אײַערע ראָש-חודשן זאָלט איר מקריבֿ זײַן אַ בראַנדאָפּפֿער צו ה׳: צװײ יונגע אָקסן, און אײן װידער; זיבן שעפּסן יאָריקע, אָן אַ פֿעלער. 12און דרײַ צענטל זעמלמעל, אַ שפּײַזאָפּפֿער, פֿאַרמישט מיט אײל, צו איטלעכן אָקס, און צװײ צענטל זעמלמעל, אַ שפּײַזאָפּפֿער, פֿאַרמישט מיט אײל, צו דעם אײן װידער; 13און צו צענטל, צו צענטל זעמלמעל, אַ שפּײַזאָפּפֿער, פֿאַרמישט מיט אײל, צו איטלעכן שעפּס. אַ בראַנדאָפּפֿער פֿאַר אַ געשמאַקן ריח, אַ פֿײַעראָפּפֿער צו ה׳. 14און זײערע גיסאָפּפֿער: אַ האַלבער הין װײַן זאָל זײַן צו אַן אָקס, און אַ דריטל הין צו אַ װידער, און אַ פֿערטל הין צו אַ שעפּס. דאָס איז דאָס בראַנדאָפּפֿער פֿון ראָש-חודש אין ראָש-חודש פֿאַר די חדשים פֿון יאָר. 15און אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער צו ה׳, אַחוץ דעם שטענדיקן בראַנדאָפּפֿער, זאָל געמאַכט װערן, מיט זײַן גיסאָפּפֿער.
16און אין ערשטן חודש, אין פֿערצנטן טאָג פֿון חודש, זאָל זײַן אַ קָרבָּן-פֶּסַח צו ה׳. 17און אין פֿופֿצנטן טאָג פֿון דעם דאָזיקן חודש, זאָל זײַן אַ יוֹם-טובֿ. זיבן טעג זאָל געגעסן װערן מַצות. 18אין ערשטן טאָג זאָל זײַן אַ הײליקע פֿאַרזאַמלונגע; קײן דינסטאַרבעט זאָלט איר נישט טאָן. 19און איר זאָלט מקריבֿ זײַן אַ פֿײַעראָפּפֿער, אַ בראַנדאָפּפֿער צו ה׳: צװײ יונגע אָקסן, און אײן װידער, און זיבן שעפּסן יאָריקע; אָן אַ פֿעלער זאָלן זײ בײַ אײַך זײַן. 20און זײער שפּײַזאָפּפֿער: זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל; דרײַ צענטל צו אַן אָקס, און צװײ צענטל צו אַ װידער, זאָלט איר מאַכן. 21צו צענטל, צו צענטל זאָלסטו מאַכן פֿאַר איטלעכן שעפּס פֿון די זיבן שעפּסן. 22און אײן באָק אַ זינדאָפּפֿער, מכַפּר צו זײַן אױף אײַך. 23אַחוץ דעם בראַנדאָפּפֿער פֿון אין דער פֿרי, װאָס פֿאַרן שטענדיקן בראַנדאָפּפֿער, זאָלט איר מאַכן די דאָזיקע. 24אַזױ װי די דאָזיקע זאָלט איר מאַכן טעגלעך זיבן טעג, אַ שפּײַז פֿון פֿײַעראָפּפֿער פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו ה׳. אַחוץ דעם שטענדיקן בראַנדאָפּפֿער זאָל עס געמאַכט װערן, מיט זײַן גיסאָפּפֿער. 25און אױפֿן זיבעטן טאָג זאָל זײַן אַ הײליקע פֿאַרזאַמלונגע בײַ אײַך; קײן דינסטאַרבעט זאָלט איר נישט טאָן.
26און אין טאָג פֿון די ערשטצײַטיקע, װען איר ברענגט אַ שפּײַזאָפּפֿער פֿון נײַער תּבֿואה צו ה׳, אין אײַער שבֿועות, זאָל זײַן אַ הײליקע פֿאַרזאַמלונגע בײַ אײַך; קײן דינסטאַרבעט זאָלט איר נישט טאָן. 27און איר זאָלט מקריבֿ זײַן אַ בראַנדאָפּפֿער פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו ה׳: צװײ יונגע אָקסן, אײן װידער, זיבן שעפּסן יאָריקע. 28און זײער שפּײַזאָפּפֿער: זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, דרײַ צענטל צו איטלעכן אָקס, צװײ צענטל צו דעם אײן װידער; 29צו צענטל, צו צענטל פֿאַר איטלעכן שעפּס פֿון די זיבן שעפּסן. 30אײן ציגנבאָק, מכַפּר צו זײַן אױף אײַך. 31אַחוץ דעם שטענדיקן בראַנדאָפּפֿער און זײַן שפּײַזאָפּפֿער זאָלט איר זײ מאַכן – אָן אַ פֿעלער זאָלן זײ בײַ אײַך זײַן – מיט זײערע גיסאָפּפֿער.

Currently Selected:

במִדְבר כח: OYTORAH

Highlight

Copy

Compare

Share

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in