YouVersion Logo
Search Icon

במִדְבר כט

כט
1און אין זיבעטן חודש, אין ערשטן טאָג פֿון חודש, זאָל זײַן אַ הײליקע פֿאַרזאַמלונגע בײַ אײַך, קײן דינסטאַרבעט זאָלט איר נישט טאָן; אַ טאָג פֿון שאַלונג זאָל עס אײַך זײַן. 2און איר זאָלט מאַכן אַ בראַנדאָפּפֿער פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו ה׳: אײן יונגן אָקס, אײן װידער, זיבן שעפּסן יאָריקע, אָן אַ פֿעלער. 3און זײער שפּײַזאָפּפֿער: זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, דרײַ צענטל צו דעם אָקס, צװײ צענטל צו דעם װידער, 4און אײן צענטל צו איטלעכן שעפּס פֿון די זיבן שעפּסן. 5און אײן ציגנבאָק אַ זינדאָפּפֿער, מכַפּר צו זײַן אױף אײַך. 6אַחוץ דעם בראַנדאָפּפֿער פֿון ראָש-חודש און זײַן שפּײַזאָפּפֿער, און דעם שטענדיקן בראַנדאָפּפֿער און זײַן שפּײַזאָפּפֿער, און זײערע גיסאָפּפֿער, לױט זײער דין, פֿאַר אַ געשמאַקן ריח, אַ פֿײַעראָפּפֿער צו ה׳.
7און אין צענטן טאָג פֿון דעם דאָזיקן זיבעטן חודש זאָל זײַן אַ הײליקע פֿאַרזאַמלונגע בײַ אײַך; און איר זאָלט פּײַניקן אײַער זעל; קײן אַרבעט זאָלט איר נישט טאָן. 8און איר זאָלט מקריבֿ זײַן אַ בראַנדאָפּפֿער צו ה׳ פֿאַר אַ געשמאַקן ריח: אײן יונגן אָקס, אײן װידער, זיבן שעפּסן יאָריקע; אָן אַ פֿעלער זאָלן זײ בײַ אײַך זײַן. 9און זײער שפּײַזאָפּפֿער: זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, דרײַ צענטל צו דעם אָקס, צװײ צענטל צו דעם אײן װידער; 10צו צענטל, צו צענטל פֿאַר איטלעכן שעפּס פֿון די זיבן שעפּסן. 11אײן ציגנבאָק אַ זינדאָפּפֿער. אַחוץ דעם זינדאָפּפֿער פֿון פֿאַרגעבונג, און דעם שטענדיקן בראַנדאָפּפֿער און זײַן שפּײַזאָפּפֿער, און זײערע גיסאָפּפֿער.
12און אין פֿופֿצנטן טאָג פֿון זיבעטן חודש זאָל זײַן אַ הײליקע פֿאַרזאַמלונגע בײַ אײַך; קײן דינסטאַרבעט זאָלט איר נישט טאָן. און איר זאָלט פֿײַערן אַ פֿײַערטאָג צו ה׳ זיבן טעג. 13און איר זאָלט מקריבֿ זײַן אַ קָרבָּן בראַנדאָפּפֿער, אַ פֿײַעראָפּפֿער, פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו ה׳: דרײַצן יונגע אָקסן, צװײ װידערס, פֿערצן שעפּסן יאָריקע; אָן אַ פֿעלער זאָלן זײ זײַן. 14און זײער שפּײַזאָפּפֿער: זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, דרײַ צענטל צו איטלעכן אָקס פֿון די דרײַצן אָקסן, צװײ צענטל צו איטלעכן װידער פֿון די צװײ װידערס, 15און צו צענטל, צו צענטל פֿאַר איטלעכן שעפּס פֿון די פֿערצן שעפּסן. 16און אײן ציגנבאָק אַ זינדאָפּפֿער; אַחוץ דעם שטענדיקן בראַנדאָפּפֿער, זײַן שפּײַזאָפּפֿער און זײַן גיסאָפּפֿער.
17און אױפֿן צװײטן טאָג: צװעלף יונגע אָקסן, צװײ װידערס, פֿערצן שעפּסן יאָריקע, אָן אַ פֿעלער. 18און זײער שפּײַזאָפּפֿער און זײערע גיסאָפּפֿער, צו די אָקסן, צו די װידערס, און צו די שעפּסן, לױט זײער צאָל, אַזױ װי דער דין. 19און אײן ציגנבאָק אַ זינדאָפּפֿער. אַחוץ דעם שטענדיקן בראַנדאָפּפֿער און זײַן שפּײַזאָפּפֿער, און זײערע גיסאָפּפֿער.
20און אױפֿן דריטן טאָג: עלף יונגע אָקסן, צװײ װידערס, פֿערצן שעפּסן יאָריקע, אָן אַ פֿעלער. 21און זײער שפּײַזאָפּפֿער און זײערע גיסאָפּפֿער, צו די אָקסן, צו די װידערס, און צו די שעפּסן, לױט זײער צאָל אַזױ װי דער דין. 22און אײן באָק אַ זינדאָפּפֿער. אַחוץ דעם שטענדיקן בראַנדאָפּפֿער און זײַן שפּײַזאָפּפֿער און זײַן גיסאָפּפֿער.
23און אױפֿן פֿירטן טאָג: צען אָקסן, צװײ װידערס, פֿערצן שעפּסן יאָריקע, אָן אַ פֿעלער. 24און זײער שפּײַזאָפּפֿער און זײערע גיסאָפּפֿער, צו די אָקסן, צו די װידערס, און צו די שעפּסן, לױט זײער צאָל אַזױ װי דער דין. 25און אײן ציגנבאָק אַ זינדאָפּפֿער. אַחוץ דעם שטענדיקן בראַנדאָפּפֿער, זײַן שפּײַזאָפּפֿער, און זײַן גיסאָפּפֿער.
26און אױפֿן פֿינפֿטן טאָג: נײַן אָקסן, צװײ װידערס, פֿערצן שעפּסן יאָריקע, אָן אַ פֿעלער. 27און זײער שפּײַזאָפּפֿער און זײערע גיסאָפּפֿער, צו די אָקסן, צו די װידערס, און צו די שעפּסן, לױט זײער צאָל אַזױ װי דער דין. 28און אײן באָק אַ זינדאָפּפֿער. אַחוץ דעם שטענדיקן בראַנדאָפּפֿער און זײַן שפּײַזאָפּפֿער, און זײַן גיסאָפּפֿער.
29און אױפֿן זעקסטן טאָג: אַכט אָקסן, צװײ װידערס, פֿערצן שעפּסן יאָריקע, אָן אַ פֿעלער. 30און זײער שפּײַזאָפּפֿער און זײערע גיסאָפּפֿער, צו די אָקסן, צו די װידערס, און צו די שעפּסן, לױט זײער צאָל אַזױ װי דער דין. 31און אײן באָק אַ זינדאָפּפֿער. אַחוץ דעם שטענדיקן בראַנדאָפּפֿער, זײַן שפּײַזאָפּפֿער, און זײַנע גיסאָפּפֿער.
32און אױפֿן זיבעטן טאָג: זיבן אָקסן, צװײ װידערס, פֿערצן שעפּסן יאָריקע, אָן אַ פֿעלער. 33און זײער שפּײַזאָפּפֿער און זײערע גיסאָפּפֿער, צו די אָקסן, צו די װידערס, און צו די שעפּסן, לױט זײער צאָל אַזױ װי זײער דין. 34און אײן באָק אַ זינדאָפּפֿער. אַחוץ דעם שטענדיקן בראַנדאָפּפֿער, זײַן שפּײַזאָפּפֿער, און זײַן גיסאָפּפֿער.
35אױפֿן אַכטן טאָג זאָל זײַן אַ הײליקע אײַנזאַמלונג בײַ אײַך; קײן דינסטאַרבעט זאָלט איר נישט טאָן. 36און איר זאָלט מקריבֿ זײַן אַ בראַנדאָפּפֿער, אַ פֿײַעראָפּפֿער פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו ה׳: אײן אָקס, אײן װידער, זיבן שעפּסן יאָריקע, אָן אַ פֿעלער. 37זײער שפּײַזאָפּפֿער און זײערע גיסאָפּפֿער, צו דעם אָקס, צו דעם װידער, און צו די שעפּסן, לױט זײער צאָל אַזױ װי דער דין. 38און אײן באָק אַ זינדאָפּפֿער. אַחוץ דעם שטענדיקן בראַנדאָפּפֿער, און זײַן שפּײַזאָפּפֿער, און זײַן גיסאָפּפֿער.
39די דאָזיקע זאָלט איר מאַכן צו ה׳ אין אײַערע יוֹם-טובֿים, אַחוץ אײַערע נדרים, און אײַערע פֿרײַװיליקע נדבֿות, פֿון אײַערע בראַנדאָפּפֿער, און פֿון אײַערע שפּײַזאָפּפֿער און פֿון אײַערע גיסאָפּפֿער, און פֿון אײַערע פֿרידאָפּפֿער.

Currently Selected:

במִדְבר כט: OYTORAH

Highlight

Copy

Compare

Share

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in