YouVersion Logo
Search Icon

במִדְבר כז

כז
1האָבן גענענט די טעכטער פֿון צלָפֿחָד דעם זון פֿון חֵפֿר, דעם זון פֿון גִלעָד, דעם זון פֿון מָכיר, דעם זון פֿון מנַשֶהן, פֿון די משפּחות פֿון מנַשֶה, יוֹספֿס זון – און דאָס זײַנען געװען די נעמען פֿון זײַנע טעכטער: מַחלָה, נוֹעָה, און חָגלָה, און מִלכָּה, און תִּרצָה –
2און זײ האָבן זיך געשטעלט פֿאַר משהן און פֿאַר אֶלעָזָר דעם כּהן, און פֿאַר די פֿירשטן און דער גאַנצער עדה, בײַם אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד, אַזױ צו זאָגן: 3אונדזער פֿאָטער איז געשטאָרבן אין דער מדבר, און ער איז נישט געװען צװישן דעם געזעמל װאָס האָט זיך אײַנגעזאַמלט אַקעגן ה׳ אין קֹרַחס געזעמל, נײַערט אין זײַן אײגענער זינד איז ער געשטאָרבן; און קײן זין האָט ער נישט געהאַט.
4פֿאַר װאָס זאָל געמינערט װערן דער נאָמען פֿון אונדזער פֿאָטער פֿון צװישן זײַן משפּחה, װײַל ער האָט נישט קײן זון? גיב אונדז אַן אײגנטום צװישן די ברידער פֿון אונדזער פֿאָטער.
5האָט משה געבראַכט זײער משפּט פֿאַר ה׳. 6און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 7גערעכט טענהן די טעכטער פֿון צלָפֿחָדן: געבן זאָלסטו זײ געבן אַן אײגנטום פֿון אַ נחלה צװישן די ברידער פֿון זײער פֿאָטער, און זאָלסט מאַכן איבערגײן די נחלה פֿון זײער פֿאָטער צו זײ. 8און צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זאָלסטו רעדן, אַזױ צו זאָגן: אַז אַ מאַן װעט שטאַרבן, און ער האָט נישט קײן זון, זאָלט איר מאַכן איבערגײן זײַן נחלה צו זײַן טאָכטער. 9און אױב ער האָט נישט קײן טאָכטער, זאָלט איר געבן זײַן נחלה צו זײַנע ברידער.
10און אױב ער האָט נישט קײן ברידער, זאָלט איר געבן זײַן נחלה צו די ברידער פֿון זײַן פֿאָטער. 11און אױב זײַן פֿאָטער האָט נישט קײן ברידער, זאָלט איר געבן זײַן נחלה צו זײַן נענטסטן קרובֿ פֿון זײַן משפּחה, און ער זאָל זי ירשען. און דאָס זאָל זײַן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל פֿאַר אַ רעכט-געזעץ, אַזױ װי ה׳ האָט באַפֿױלן משהן.
12און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן: גײ אַרױף אױף דעם דאָזיקן באַרג עַבֿרים, און קוק אָן דאָס לאַנד, װאָס איך האָב געגעבן צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל. 13און אַז דו װעסט עס האָבן אָנגעקוקט, װעסט דו אױך אײַנגעזאַמלט װערן צו דײַן פֿאָלק, אַזױ װי דײַן ברודער אַהרֹן איז אײַנגעזאַמלט געװאָרן. 14אַזױ װי איר האָט װידערשפּעניקט מײַן באַפֿעל, אין מדבר צִין בײַ דעם קריג פֿון דער עדה, מיך צו הײליקן בײַם װאַסער פֿאַר זײערע אױגן. דאָס איז דאָס װאַסער פֿון מריבֿת-קָדֵש אין מדבר צִין.
15האָט משה גערעדט צו ה׳, אַזױ צו זאָגן: 16זאָל ה׳ דער ג-ט פֿון די גײַסטער פֿון אַלע מענטשן אױפֿזעצן אַ מאַן איבער דער עדה, 17װאָס זאָל אַרױסגײן זײ פֿאַרױס, און װאָס זאָל אַרײַנקומען זײ פֿאַרױס, און װאָס זאָל זײ אַרױספֿירן, און װאָס זאָל זײ אַרײַנברענגען, כּדי די עדה פֿון ה׳ זאָל נישט זײַן אַזױ װי שאָף װאָס האָבן נישט קײן פּאַסטוך.
18האָט ה׳ געזאָגט צו משהן: נעם דיר יְהוֹשועַ דעם זון פֿון נון, אַ מאַן װאָס אין אים איז דער רוּחַ, און זאָלסט אָנלענען דײַן האַנט אױף אים. 19און זאָלסט אים שטעלן פֿאַר אֶלעָזָר דעם כּהן, און פֿאַר דער גאַנצער עדה, און זאָלסט אים איבערגעבן דײַן צַװָאֶה פֿאַר זײערע אױגן. 20און זאָלסט אַרױפֿטאָן פֿון דײַן גלאַנץ אױף אים, כּדי די גאַנצע עדה פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זאָלן געהאָרכן. 21און ער זאָל שטײן פֿאַר אֶלעָזָר דעם כּהן, און ער װעט פֿרעגן פֿאַר אים דעם באַשײד פֿון די אורים פֿאַר ה׳. לױט זײַן מױל זאָלן זײ אַרױסגײן, און לױט זײַן מױל זאָלן זײ אַרײַנקומען, ער און גאַנץ יִשׂרָאֵל מיט אים – די גאַנצע עדה.
22האָט משה געטאָן אַזױ װי ה׳ האָט אים באַפֿױלן, און ער האָט גענומען יְהוֹשועַן, און האָט אים געשטעלט פֿאַר אֶלעָזָר דעם כּהן, און פֿאַר דער גאַנצער עדה. 23און ער האָט אָנגעלענט זײַנע הענט אױף אים, און האָט אים איבערגעגעבן זײַן צַװָאֶה, אַזױ װי ה׳ האָט גערעדט דורך משהן.

Currently Selected:

במִדְבר כז: OYTORAH

Highlight

Copy

Compare

Share

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in