YouVersion Logo
Search Icon

במִדְבר כו

כו
1האָט ה׳ געזאָגט צו משהן און צו אֶלעָזָר דעם זון פֿון אַהרֹן דעם כּהן, אַזױ צו זאָגן: 2נעמט אױף די צאָל פֿון דער גאַנצער עדה פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, פֿון צװאַנציק יאָר אַלט און העכער, לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, איטלעכן װאָס גײט אַרױס אין חיל אין יִשׂרָאֵל.
3און משה און אֶלעָזָר דער כּהן האָבן גערעדט מיט זײ אין די פּלױנען פֿון מוֹאָבֿ בײַם יַרדן לעבן יריחוֹ, אַזױ צו זאָגן: 4מע זאָל אױפֿנעמען פֿון צװאַנציק יאָר אַלט און העכער, אַזױ װי ה׳ האָט באַפֿױלן משהן, און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל װאָס זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון לאַנד מִצרַיִם.
5ראובֿן, דער בכוֹר פֿון יִשׂרָאֵלן: די קינדער פֿון ראובֿן: חַנוֹך – די משפּחה פֿון די חַנוֹכים; פֿון פַּלואן די משפּחה פֿון די פּלואים; 6פֿון חֶצרוֹנען די משפּחה פֿון די חֶצרוֹנים; פֿון כַּרמין די משפּחה פֿון די כַּרמים. 7דאָס זײַנען די משפּחות פֿון די ראובֿנים; און זײערע געצײלטע זײַנען געװען דרײַ און פֿערציק טױזנט און זיבן הונדערט און דרײַסיק. 8און די זין פֿון פַּלואן: אֶליאָבֿ.
9און די זין פֿון אֶליאָבֿן: נמואֵל, און דָתָן, און אַבֿירָם. דאָס זײַנען דָתָן און אַבֿירָם, די גערופֿענע פֿון דער עדה, װאָס האָבן געקריגט אַקעגן משהן און אַקעגן אַהרֹנען אין קֹרַחס געזעמל, װען זײ האָבן געקריגט אַקעגן ה׳; 10און די ערד האָט געעפֿנט איר מױל, און האָט אײַנגעשלונגען זײ און קֹרַחן, װען דאָס געזעמל איז אומגעקומען; װען אַ פֿײַער האָט פֿאַרצערט די צװײ הונדערט און פֿופֿציק מאַן, און זײ זײַנען געװאָרן פֿאַר אַ צײכן. 11אָבער קֹרַחס זין זײַנען נישט אומגעקומען.
12די קינדער פֿון שמעון לױט זײערע משפּחות: פֿון נמואֵלן די משפּחה פֿון די נמואֵלים; פֿון יָמינען די משפּחה פֿון די יָמינים; פֿון יָכינען די משפּחה פֿון די יָכינים; 13פֿון זֶרַחן די משפּחה פֿון די זַרחים; פֿון שָאולן די משפּחה פֿון די שָאולים. 14דאָס זײַנען די משפּחות פֿון די שמעוֹנים, צװײ און צװאַנציק טױזנט און צװײ הונדערט.
15די קינדער פֿון גָד לױט זײערע משפּחות: פֿון צפֿוֹנען די משפּחה פֿון די צפֿוֹנים; פֿון חַגין די משפּחה פֿון די חַגים; פֿון שונין די משפּחה פֿון די שונים; 16פֿון אָזנין די משפּחה פֿון די אָזנים; פֿון עֵרין די משפּחה פֿון די עֵרים; 17פֿון אַרוֹדן די משפּחה פֿון די אַרוֹדים; פֿון אַראֵלין די משפּחה פֿון די אַראֵלים. 18דאָס זײַנען די משפּחות פֿון די קינדער פֿון גָד לױט זײערע געצײלטע, פֿערציק טױזנט און פֿינף הונדערט.
19די זין פֿון יהוּדהן: עֵר און אוֹנָן. און עֵר און אוֹנָן זײַנען געשטאָרבן אין לאַנד כּנַעַן. 20און די קינדער פֿון יהוּדה לױט זײערע משפּחות זײַנען געװען: פֿון שֵלָהן די משפּחה פֿון די שֵלוֹנים; פֿון פֶּרֶצן די משפּחה פֿון פֶּרֶצים; פֿון זֶרַחן די משפּחה פֿון די זַרחים. 21און די קינדער פֿון פֶּרֶץ זײַנען געװען: פֿון חֶצרוֹנען די משפּחה פֿון די חֶצרוֹנים; פֿון חָמולן די משפּחה פֿון די חָמולים. 22דאָס זײַנען די משפּחות פֿון יהוּדה לױט זײערע געצײלטע, זעקס און זיבעציק טױזנט און פֿינף הונדערט.
23די קינדער פֿון יִשׂשָׂכָר לױט זײערע משפּחות: תּוֹלָע – די משפּחה פֿון די תּוֹלָעִים; פֿון פּוּװָהן די משפּחה פֿון די פּונים; 24פֿון יָשובֿן די משפּחה פֿון די יָשובֿים; פֿון שִמרוֹנען די משפּחה פֿון די שִמרוֹנים. 25דאָס זײַנען די משפּחות פֿון יִשׂשָׂכָר לױט זײערע געצײלטע, פֿיר און זעכציק טױזנט און דרײַ הונדערט.
26די קינדער פֿון זבֿולון לױט זײערע משפּחות: פֿון סֶרֶדן די משפּחה פֿון די סַרדים; פֿון אֵלוֹנען די משפּחה פֿון די אֵלוֹנים; פֿון יַחלאֵלן די משפּחה פֿון די יַחלאֵלים. 27דאָס זײַנען די משפּחות פֿון די זבֿולונים לױט זײערע געצײלטע, זעכציק טױזנט און פֿינף הונדערט.
28די קינדער פֿון יוֹסף לױט זײערע משפּחות: מנַשֶה און אפֿרים. 29די קינדער פֿון מנַשֶה: פֿון מָכירן די משפּחה פֿון די מָכירים; און מָכיר האָט געבאָרן גִלעָדן; פֿון גִלעָדן די משפּחה פֿון די גִלעָדים. 30דאָס זײַנען די קינדער פֿון גִלעָד: איעֶזֶר – די משפּחה פֿון די איעֶזרים; פֿון חֵלֶקן די משפּחה פֿון די חֶלקים; 31און אַשׂריאֵל – די משפּחה פֿון די אַשׂריאֵלים; און שכֶם – די משפּחה פֿון די שִכמים; 32און שמידָע – די משפּחה פֿון די שמידָעִים; און חֵפֿר – די משפּחה פֿון די חֶפֿרים.
33און צלָפֿחָד דער זון פֿון חֵפֿרן, ער האָט נישט געהאַט קײן זין, נאָר בלױז טעכטער; און די נעמען פֿון צלָפֿחָדס טעכטער זײַנען געװען: מַחלָה, און נוֹעָה, חָגלָה, מִלכָּה, און תִּרצָה. 34דאָס זײַנען די משפּחות פֿון מנַשֶה; און זײערע געצײלטע זײַנען געװען צװײ און פֿופֿציק טױזנט און זיבן הונדערט.
35דאָס זײַנען די קינדער פֿון אפֿרים לױט זײערע משפּחות: פֿון שותֶלַחן די משפּחה פֿון די שותַלחים; פֿון בֶכֶרן די משפּחה פֿון די בכרים; פֿון תַּחַנען די משפּחה פֿון די תַּחנים. 36און דאָס זײַנען די קינדער פֿון שותֶלַח: פֿון עֵרָנען די משפּחה פֿון די עֵרָנים. 37דאָס זײַנען די משפּחות פֿון די קינדער פֿון אפֿרים לױט זײערע געצײלטע, צװײ און דרײַסיק טױזנט און פֿינף הונדערט. דאָס זײַנען די קינדער פֿון יוֹסף לױט זײערע משפּחות.
38די קינדער פֿון בנימינען לױט זײערע משפּחות: פֿון בֶלַען די משפּחה פֿון די בַלעִים; פֿון אַשבֵלן די משפּחה פֿון די אַשבֵלים; פֿון אַחירָמען די משפּחה פֿון די אַחירָמים; 39פֿון שפֿופֿמען די משפּחה פֿון די שופֿמים; פֿון חופֿמען די משפּחה פֿון די חופֿמים. 40און די זין פֿון בֶלַען זײַנען געװען אַרד און נַעֲמָן. פֿון אַרדן די משפּחה פֿון די אַרדים; פֿון נַעֲמָנען די משפּחה פֿון די נַעֲמָנים. 41דאָס זײַנען די קינדער פֿון בנימין לױט זײערע משפּחות; און זײערע געצײלטע זײַנען געװען פֿינף און פֿערציק טױזנט און זעקס הונדערט.
42דאָס זײַנען די קינדער פֿון דָן לױט זײערע משפּחות: פֿון שוחָמען די משפּחה פֿון די שוחָמים. דאָס זײַנען די משפּחות פֿון דָן לױט זײערע משפּחות. 43אַלע משפּחות פֿון די שוחָמים לױט זײערע געצײלטע זײַנען געװען פֿיר און זעכציק טױזנט און פֿיר הונדערט.
44די קינדער פֿון אָשֵר לױט זײערע משפּחות: פֿון יִמנָהן די משפּחה פֿון יִמנָה; פֿון יִשוִין די משפּחה פֿון די יִשוִים; פֿון בריעָהן די משפּחה פֿון די בריעִים. 45פֿון די זין פֿון בריעָהן: פֿון חֶבֶֿר די משפּחה פֿון די חֶבֿרים; פֿון מַלכּיאֵלן די משפּחה פֿון די מַלכּיאֵלים. 46און דער נאָמען פֿון אָשֵרס טאָכטער איז געװען שֶׂרַח. 47דאָס זײַנען די משפּחות פֿון די קינדער פֿון אָשֵר לױט זײערע געצײלטע, דרײַ און פֿופֿציק טױזנט און פֿיר הונדערט.
48די קינדער פֿון נַפֿתָּלי לױט זײערע משפּחות: פֿון יַחצאֵלן די משפּחה פֿון די יַחצאֵלים; פֿון גונין די משפּחה פֿון די גונים; 49פֿון יֵצֶרן די משפּחה פֿון די יִצרים; פֿון שִלֵמען די משפּחה פֿון די שִלֵמים.
50דאָס זײַנען די משפּחות פֿון נַפֿתָּלי לױט זײערע משפּחות; און זײערע געצײלטע זײַנען געװען פֿינף און פֿערציק טױזנט און פֿיר הונדערט.
51דאָס זײַנען די געצײלטע פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, זעקס הונדערט טױזנט און טױזנט זיבן הונדערט און דרײַסיק.
52און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 53צו די דאָזיקע זאָל אײַנגעטײלט װערן דאָס לאַנד פֿאַר אַ נחלה לױט דער צאָל פֿון נעמען. 54דעם מערערן זאָלסטו געבן מער נחלה, און דעם װינציקערן זאָלסטו געבן װינציקער נחלה; 55איטלעכן לױט זײַנע געצײלטע זאָל געגעבן װערן זײַן נחלה. אָבער דורך גורל זאָל צעטײלט װערן דאָס לאַנד; לױט די נעמען פֿון זײערע פֿאָטערשטאַמען זאָלן זײ אַרבן. 56לױטן גורל זאָל זײער נחלה װערן, סײַ דעם מערערן סײַ דעם װינציקערן.
57און דאָס זײַנען די געצײלטע פֿון די לוִיִים לױט זײערע משפּחות: פֿון גֵרשוֹנען די משפּחה פֿון די גֵרשונים; פֿון קהָתן די משפּחה פֿון די קהָתים; פֿון מרָרין די משפּחה פֿון די מרָרים. 58דאָס זײַנען די משפּחות פֿון לֵוִי: די משפּחה פֿון די לִבֿנים, די משפּחה פֿון די חֶבֿרוֹנים, די משפּחה פֿון די מַחלים, די משפּחה פֿון די מושים, די משפּחה פֿון די קָרחים. און קהָת האָט געבאָרן עַמרָמען. 59און דער נאָמען פֿון עַמרָמס װײַב איז געװען יוֹכֶבֿד, לֵוִיס טאָכטער װאָס איז געבאָרן געװאָרן בײַ לֵוִין אין מִצרַיִם; און זי האָט פֿון עַמרָמען געבאָרן אַהרֹנען און משהן, און זײער שװעסטער מִריָם. 60און בײַ אַהרֹנען זײַנען געבאָרן געװאָרן נָדָבֿ, און אַבֿיהוא, אֶלעָזָר, און איתָמָר. 61און נָדָבֿ און אַבֿיהוא זײַנען געשטאָרבן װען זײ האָבן געבראַכט פֿרעמד פֿײַער פֿאַר ה׳.
62און זײערע געצײלטע זײַנען געװען דרײַ און צװאַנציק טױזנט, אַלע מאַנספּאַרשױנען פֿון אַ חודש אַלט און העכער; װאָרעם זײ זײַנען נישט געצײלט געװאָרן צװישן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, װײַל זײ איז נישט געגעבן געװאָרן קײן נחלה צװישן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל.
63דאָס זײַנען די װאָס זײַנען געצײלט געװאָרן פֿון משהן און אֶלעָזָר דעם כּהן, װאָס האָבן געצײלט די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל אין די פּלױנען פֿון מוֹאָבֿ בײַם יַרדן לעבן יריחוֹ. 64און צװישן די דאָזיקע איז נישט געװען קײנער פֿון די װאָס זײַנען געצײלט געװאָרן פֿון משהן און אַהרֹן דעם כּהן, װאָס האָבן געצײלט די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל אין מדבר סינַי. 65װאָרעם ה׳ האָט װעגן זײ געזאָגט: שטאַרבן אין מדבר װעלן זײ שטאַרבן; און קײנער פֿון זײ איז נישט געבליבן אַחוץ כָּלֵבֿ דער זון פֿון יפֿונֶהן, און יְהוֹשועַ דער זון פֿון נון.

Currently Selected:

במִדְבר כו: OYTORAH

Highlight

Copy

Compare

Share

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in