YouVersion Logo
Search Icon

במִדְבר כה

כה
1און יִשׂרָאֵל איז געזעסן אין שִטים, און דאָס פֿאָלק האָט גענומען מזנה זײַן מיט די טעכטער פֿון מוֹאָבֿ. 2און זײ האָבן גערופֿן דאָס פֿאָלק צו די שלאַכטאָפּפֿער פֿון זײערע ג‑טער, און דאָס פֿאָלק האָט געגעסן, און האָט זיך געבוקט צו זײערע ג‑טער. 3און יִשׂרָאֵל האָט זיך באַהעפֿט אָן דעם בַעַל פֿון פּעוֹר, און דער צאָרן פֿון ה׳ האָט געגרימט אױף יִשׂרָאֵל. 4האָט ה׳ געזאָגט צו משהן: נעם אַלע הױפּטלײַט פֿון דעם פֿאָלק, און הענג זײ אױף פֿאַר ה׳ אַקעגן דער זון, און דער גרימצאָרן פֿון ה׳ װעט זיך אָפּקערן פֿון יִשׂרָאֵל. 5און משה האָט געזאָגט צו די ריכטער פֿון יִשׂרָאֵל: הרגעט איטלעכער זײַנע מענטשן װאָס האָבן זיך באַהעפֿט אָן דעם בַעַל פֿון פּעוֹר.
6ערשט אַ מאַן פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל איז געקומען, און האָט געבראַכט צו זײַנע ברידער אַ מִדיָנית פֿאַר די אױגן פֿון משהן, און פֿאַר די אױגן פֿון דער גאַנצער עדה פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, בעת זײ האָבן געװײנט בײַם אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד. 7האָט דערזען פּינְחס דער זון פֿון אֶלעָזָר, דעם זון פֿון אַהרֹן דעם כּהן, און ער איז אױפֿגעשטאַנען פֿון צװישן דער עדה, און האָט גענומען אַ שפּיז אין זײַן האַנט; 8און ער איז אַרײַנגעגאַנגען נאָך דעם מאַן פֿון יִשׂרָאֵל אין דער קאַמער, און האָט זײ בײדן דורכגעשטאָכן, דעם מאַן פֿון יִשׂרָאֵל, און די פֿרױ דורך איר בױך. און די מגפֿה איז פֿאַרהאַלטן געװאָרן פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל. 9און די װאָס זײַנען געשטאָרבן אין דער מגפֿה, זײַנען געװען פֿיר און צװאַנציק טױזנט.
פּינְחס
10און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 11פּינְחס דער זון פֿון אֶלעָזָר, דעם זון פֿון אַהרֹן דעם כּהן, האָט אָפּגעקערט מײַן גרימצאָרן פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל מיט װאָס ער האָט זיך אָנגענומען פֿון מײַנעטװעגן צװישן זײ, און איך האָב נישט פֿאַרלענדט די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל אין מײַן קִנְאָה. 12דערום זאָג: זע, איך גיב אים מײַן ברית פֿון שלום. 13און עס זאָל זײַן אים און זײַן זאָמען נאָך אים אַ ברית פֿון אײביקער כּהונה, דערפֿאַר װאָס ער האָט זיך אָנגענומען פֿון זײַן ג-טס װעגן, און האָט מכַפּר געװען אױף די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל.
14און דער נאָמען פֿון דעם דערשלאָגענעם מאַן פֿון יִשׂרָאֵל, װאָס איז דערשלאָגן געװאָרן מיט דער מִדיָנית, איז געװען זִמרי דער זון פֿון סָלואן, אַ פֿירשט פֿון אַ פֿאָטערהױז בײַ די שמעוֹנים. 15און דער נאָמען פֿון דער דערשלאָגענער מִדיָנישער פֿרױ איז געװען כָּזבי די טאָכטער פֿון צורן, װאָס איז געװען אַ פֿאָלקהױפּטמאַן פֿון אַ פֿאָטערהױז אין מִדיָן.
16און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 17איר זאָלט פֿײַנטן די מִדיָנים, און זײ שלאָגן, 18װאָרעם זײ האָבן אײַך געפֿײַנט מיט זײערע תּחבוּלות װאָס זײ האָבן אױסגעקלערט אַקעגן אײַך אין דער מעשׂה פֿון פּעוֹר, און אין דער מעשׂה מיט כָּזבי דער טאָכטער פֿון דעם פֿירשט פֿון מִדיָן, זײער שװעסטער װאָס איז דערשלאָגן געװאָרן אין טאָג פֿון דער מגפֿה, אין דער מעשׂה פֿון פּעוֹר.
19 און עס איז געװען נאָך דער מגפֿה,

Currently Selected:

במִדְבר כה: OYTORAH

Highlight

Copy

Compare

Share

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in