YouVersion Logo
Search Icon

במִדְבר כד

כד
1און בִלעָם האָט געזען אַז עס איז װױלגעפֿעלן אין די אױגן פֿון ה׳ צו בענטשן יִשׂרָאֵל, און ער איז נישט געגאַנגען אַזױ װי די פֿריִערדיקע מאָל, אַנטקעגן כּישוף-צײכנס, נאָר ער האָט געקערט זײַן פּנים צום מדבר. 2און בִלעָם האָט אױפֿגעהױבן זײַנע אױגן, און האָט געזען יִשׂרָאֵל רוען לױט זײַנע שבֿטים, און דער גײַסט פֿון אלֹקים איז געקומען אױף אים. 3און ער האָט אױפֿגעהױבן זײַן שפּרוך, און האָט געזאָגט:
אַזױ רעדט בִלעָם דער זון פֿון בעוֹר,
און אַזױ רעדט דער מאַן מיטן אָפֿענעם אױג;
4אַזױ רעדט דער װאָס הערט ג-טס װערטער,
װאָס די זעונג פֿון שַדַי טוט ער זען,
געפֿאַלן, מיט אױגן אַנטפּלעקטע:
5װי שײן זײַנען דײַנע געצעלטן, יעקבֿ,
דײַנע װױנונגען, יִשׂרָאֵל!
6װי טײַכלעך זײַנען זײ אױסגעשטרעקט,
װי גערטנער בײַם טײַך,
װי אַלאָען װאָס ה׳ האָט געפֿלאַנצט,
װי צעדערן בײַם װאַסער.
7װאַסער װעט רינען פֿון זײַן צװײַג,
און זײַן זאָמען װעט זײַן בײַ פֿיל װאַסער;
און העכער פֿון אַגַגן װעט זײַן זײַן מלך,
און דערהױבן װעט זײַן זײַן מלוכה.
8אֵל ציט אים אַרױס פֿון מִצרַיִם,
װי הערנער פֿון אַ װיזלטיר איז ער אים;
ער װעט פֿאַרצערן די פֿעלקער, זײַנע פֿײַנט,
און זײערע בײנער צעקנאַקן;
און זײַנע פֿײַלן װעלן דורכלעכערן.
9ער קניט, ער לײגט זיך װי אַ לײב,
און װי אַ לײבינטע – װער קען אים אױפֿרײצן?
געבענטשט די װאָס בענטשן דיך,
און פֿאַרשאָלטן די װאָס שילטן דיך!
10האָט דער צאָרן פֿון בָלָקן געגרימט אױף בִלעָמען, און ער האָט אַ פּאַטש געטאָן מיט זײַנע הענט; און בָלָק האָט געזאָגט צו בִלעָמען: צו שילטן מײַנע שָׂונאים האָב איך דיך גערופֿן, ערשט גאָר בענטשן האָסטו געבענטשט שױן דרײַ מאָל. 11און אַצונד אַנטלױף דיר אין דײַן הײם; איך האָב געקלערט, גרױס כּבֿוד װעל איך דיר אָנטאָן, ערשט ה׳ האָט דיך פֿאַרמיטן פֿון כּבֿוד. 12האָט בִלעָם געזאָגט צו בָלָקן: האָב איך נישט גערעדט נאָך צו דײַנע שלוחים, װאָס דו האָסט געשיקט צו מיר, אַזױ צו זאָגן: 13װען בָלָק זאָל מיר געבן זײַן הױז פֿול מיט זילבער און גאָלד, קען איך נישט איבערטרעטן דעם באַפֿעל פֿון ה׳, צו טאָן גוטס אָדער שלעכטס פֿון מײַן אײגענעם האַרצן; װאָס ה׳ װעט רעדן, װאָס װעל איך רעדן? 14און אַצונד זע, איך גײ צו מײַן פֿאָלק; קום, לאָמיך דיר באַשײדן װאָס דאָס דאָזיקע פֿאָלק װעט טאָן צו דײַן פֿאָלק אין סוף פֿון די טעג. 15און ער האָט אױפֿגעהױבן זײַן שפּרוך, און האָט געזאָגט:
אַזױ רעדט בִלעָם דער זון פֿון בעוֹר,
און אַזױ רעדט דער מאַן מיטן אָפֿענעם אױג;
16אַזױ רעדט דער װאָס הערט ג-טס װערטער,
און װײס דעם װיסן פֿון דעם עליון –
די זעונג פֿון שַדַי טוט ער זען,
געפֿאַלן, מיט אױגן אַנטפּלעקטע:
17איך זע אים, אָבער נישט אַצונד,
איך קוק אים אָן, אָבער נישט נאָנט;
אַ שטערן טרעט אַרױס פֿון יעקבֿ,
און אַ סקעפּטער װעט אױפֿשטײן פֿון יִשׂרָאֵל,
און װעט צעהאַקן די װינקלען פֿון מוֹאָבֿ,
און צעברעכן אַלע קינדער פֿון שֵת.
18און אֶדוֹם װעט װערן אַן אַרב,
און אַן אַרב װעט װערן שֵׂעִיר, זײַן פֿײַנט;
און יִשׂרָאֵל װעט אױפֿטאָן גבֿורות.
19און פֿון יעקבֿ װעט אײנער געװעלטיקן,
און אונטערברענגען אַן איבערבלײַב פֿון שטאָט.
20און ער האָט געזען עַמָלֵק, און האָט אױפֿגעהױבן זײַן שפּרוך, און האָט געזאָגט:
דער אָנהײב פֿון פֿעלקער איז עַמָלֵק,
און זײַן סוף איז צום אונטערגאַנג.
21און ער האָט געזען דעם קֵיני, און האָט אױפֿגעהױבן זײַן שפּרוך, און האָט געזאָגט:
פֿעסט איז דײַן װױנונג,
און געמאַכט אין פֿעלדז איז דײַן נעסט;
22אָבער צום פֿאַרטיליקן װעט זײַן קַיִן;
אײדער װאָס װעט אשור דיך פֿאַנגען.
23און ער האָט אױפֿגעהױבן זײַן משל, און האָט געזאָגט:
װײ, װער קען לעבן װען אֵל װעט דאָס דאָזיקע טאָן?
24אָבער שיפֿן װעלן קומען פֿון דעם ברעג פֿון די כִּתּים,
און זײ װעלן פּײַניקן אשור, און פּײַניקן עֵבֶֿר;
און ער אױך איז צום אונטערגאַנג.
25און בִלעָם איז אױפֿגעשטאַנען און איז אַװעקגעגאַנגען, און האָט זיך אומגעקערט צו זײַן הײם, און אױך בָלָק איז געגאַנגען אױף זײַן װעג.

Currently Selected:

במִדְבר כד: OYTORAH

Highlight

Copy

Compare

Share

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in