YouVersion Logo
Search Icon

במִדְבר כג

כג
1האָט בִלעָם געזאָגט צו בָלָקן: בױ מיר דאָ זיבן מזבחות, און גרײט מיר דאָ צו זיבן אָקסן און זיבן װידערס. 2האָט בָלָק געטאָן אַזױ װי בִלעָם האָט גערעדט, און בָלָק און בִלעָם האָבן אױפֿגעבראַכט אַן אָקס און אַ װידער אױף אַ מזבח. 3און בִלעָם האָט געזאָגט צו בָלָקן: שטעל זיך בײַ דײַן בראַנדאָפּפֿער, און איך װעל גײן; אפֿשר װעט זיך מיר ה׳ טרעפֿן אַנטקעגן, און װאָס פֿאַר אַ זאַך ער װעט מיר װײַזן, װעל איך דיר דערצײלן. און ער איז אַרױפֿגעגאַנגען אױף אַ הױכן אָרט. 4און אלֹקים האָט זיך געטראָפֿן פֿאַר בִלעָמען; און ער האָט צו אים געזאָגט: די זיבן מזבחות האָב איך צוגעגרײט, און האָב אױפֿגעבראַכט אַן אָקס און אַ װידער אױף אַ מזבח. 5האָט ה׳ אַרײַנגעטאָן אַ װאָרט אין בִלעָמס מױל, און האָט געזאָגט: קער זיך אום צו בָלָקן, און אַזױ זאָלסטו רעדן. 6האָט ער זיך אומגעקערט צו אים, ערשט ער שטײט בײַ זײַן בראַנדאָפּפֿער, ער און אַלע האַרן פֿון מוֹאָבֿ. 7האָט ער אױפֿגעהױבן זײַן שפּרוך, און האָט געזאָגט:
פֿון אַרָם טוט מיך פֿירן בָלָק,
פֿון די מזרח-בערג דער מלך פֿון מוֹאָבֿ:
קום שילט מיר יעקבֿן,
און קום פֿלוך יִשׂרָאֵלן.
8װי זאָל איך שילטן
װעמען אֵל שילט נישט?
און װי זאָל איך פֿלוכן
װעמען ה׳ פֿלוכט נישט?
9װאָרעם פֿון שפּיץ פֿון די פֿעלדזן זע איך אים,
און פֿון די הײכן קוק איך אים אָן.
זע, אַ פֿאָלק װאָס רוט באַזונדער,
און רעכנט זיך נישט צװישן די אומות.
10װער האָט געצײלט דעם שטױב פֿון יעקבֿ,
און באַרעכנט דעם זאָמען פֿון יִשׂרָאֵל?
זאָל שטאַרבן מײַן זעל דעם טױט פֿון די רעכטפֿאַרטיקע,
און זאָל מײַן סוף זײַן װי זײַנער!
11האָט בָלָק געזאָגט צו בִלעָמען: װאָס האָסטו מיר געטאָן? צו שילטן מײַנע שָׂונאים האָב איך דיך גענומען, ערשט גאָר בענטשן האָסטו געבענטשט. 12האָט ער געענטפֿערט און האָט געזאָגט: פֿאַר װאָר, דאָס װאָס ה׳ טוט אַרײַן אין מײַן מױל, דאָס מוז איך היטן צו רעדן. 13האָט בָלָק געזאָגט צו אים: קום מיט מיר, איך בעט דיך, צו אַן אַנדער אָרט, װאָס דו װעסט אים זען פֿון דאָרטן; בלױז אַ טײל פֿון אים װעסטו זען, אָבער אין גאַנצן װעסטו אים נישט זען; און שילט מיר אים פֿון דאָרטן. 14און ער האָט אים גענומען צו דעם פֿעלד צוֹפֿים אױפֿן שפּיץ פּסגָה, און ער האָט געבױט זיבן מזבחות, און אױפֿגעבראַכט אַן אָקס און אַ װידער אױף אַ מזבח. 15און ער האָט געזאָגט צו בָלָקן: שטעל זיך דאָ בײַ דײַן בראַנדאָפּפֿער, און איך װעל גײן זיך טרעפֿן דאָרטן. 16האָט ה׳ זיך געטראָפֿן פֿאַר בִלעָמען, און ער האָט אַרײַנגעטאָן אַ װאָרט אין זײַן מױל, און האָט געזאָגט: קער זיך אום צו בָלָקן, און אַזױ זאָלסטו רעדן. 17איז ער געקומען צו אים, ערשט ער שטײט בײַ זײַן בראַנדאָפּפֿער, און די האַרן פֿון מוֹאָבֿ מיט אים; און בָלָק האָט צו אים געזאָגט: װאָס האָט ה׳ גערעדט?
18האָט ער אױפֿגעהױבן זײַן שפּרוך, און האָט געזאָגט:
שטײ אױף, בָלָק, און הער,
פֿאַרנעם צו מיר, זון פֿון צִפּוֹר:
19נישט אַ מאַן איז אֵל, ער זאָל ליגן זאָגן,
נישט אַ מענטשנקינד, ער זאָל חרטה האָבן.
אַז ער זאָגט, װעט ער דען נישט טאָן?
און אַז ער רעדט, װעט ער עס נישט מקײם זײַן?
20זע, בענטש! האָב איך פֿאַרנומען,
און בענטשט ער, קען איך עס נישט אָפּהאַלטן.
21מע זעט נישט קײן אומרעכט אין יעקבֿ,
און מע מערקט נישט קײן עװלה אין יִשׂרָאֵל.
ה׳ זײַן ג-ט איז מיט אים,
און די חֵן פֿון מלך איז אױף אים.
22אֵל ציט זײ אַרױס פֿון מִצרַיִם,
װי הערנער פֿון אַ װיזלטיר איז ער אים.
23װאָרעם נישטאָ קײן כּישוף אין יעקבֿ,
און קײן װאָרזאָגעניש אין יִשׂרָאֵל.
אַצונד װערט פֿון יעקבֿ און יִשׂרָאֵל געזאָגט:
װאָס אֵל האָט אױפֿגעטאָן!
24זע, אַ פֿאָלק װאָס שטײט אױף װי אַ לײבינטע,
און הײבט זיך אױף װי אַ לײב;
ער לײגט זיך נישט ביז ער עסט רױב,
און בלוט פֿון דערשלאָגענע טרינקט ער.
25האָט בָלָק געזאָגט צו בִלעָמען: נישט שילטן זאָלסטו אים שילטן, און נישט בענטשן זאָלסטו אים בענטשן. 26האָט בִלעָם געענטפֿערט און האָט געזאָגט צו בָלָקן: האָב איך נישט גערעדט צו דיר, אַזױ צו זאָגן: אַלץ װאָס ה׳ װעט רעדן, דאָס װעל איך טאָן? 27האָט בָלָק געזאָגט צו בִלעָמען: קום איך בעט דיך, איך װעל דיך נעמען צו אַן אַנדער אָרט; אפֿשר װעט װױלגעפֿעלן אין די אױגן פֿון האלֹקים, און װעסט מיר אים שילטן פֿון דאָרטן. 28און בָלָק האָט גענומען בִלעָמען צום שפּיץ פּעוֹר, װאָס קוקט אַראָפּ אױף דער װיסטע. 29האָט בִלעָם געזאָגט צו בָלָקן: בױ מיר דאָ זיבן מזבחות, און גרײט מיר דאָ צו זיבן אָקסן און זיבן װידערס. 30און בָלָק האָט געטאָן אַזױ װי בִלעָם האָט געזאָגט, און ער האָט אױפֿגעבראַכט אַן אָקס און אַ װידער אױף אַ מזבח.

Currently Selected:

במִדְבר כג: OYTORAH

Highlight

Copy

Compare

Share

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in