במִדְבר כב
כב
1און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן אַװעקגעצױגן, און האָבן גערוט אין די פּלױנען פֿון מוֹאָבֿ, אױף יענער זײַט יַרדן בײַ יריחוֹ.
בָלָק
2און בָלָק דער זון פֿון צִפּוֹרן האָט געזען אַלץ װאָס יִשׂרָאֵל האָט געטאָן צום אֶמוֹרי. 3און מוֹאָבֿ האָט זיך זײער דערשראָקן פֿאַר דעם פֿאָלק, װײַל זײ זײַנען געװען פֿיל, און מוֹאָבֿ איז געװען אין אַנגסט פֿאַר די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל. 4האָט מוֹאָבֿ געזאָגט צו די עלטסטע פֿון מִדיָן: אַצונד װעט דאָס געזעמל אָפּעסן אַלץ װאָס אַרום אונדז, אַזױ װי אַן אָקס עסט אָפּ דאָס גראָז פֿון פֿעלד. און בָלָק דער זון פֿון צִפּוֹרן איז געװען דער מלך פֿון מוֹאָבֿ אין יענער צײַט. 5האָט ער געשיקט שלוחים צו בִלעָם דער זון פֿון בעוֹרן, קײן פּתוֹר װאָס בײַם טײַך, אין דעם לאַנד פֿון די קינדער פֿון זײַן פֿאָלק, אים צו רופֿן, אַזױ צו זאָגן: אָט איז אַ פֿאָלק אַרױסגעגאַנגען פֿון מִצרַיִם; זע, ער האָט פֿאַרדעקט דעם אָנבליק פֿון דער ערד, און ער זיצט מיר אַנטקעגן. 6און אַצונד קום, איך בעט דיך, שילט מיר דאָס דאָזיקע פֿאָלק, װאָרעם ער איז שטאַרקער פֿון מיר. אפֿשר װעל איך אױספֿירן מיר זאָלן אים שלאָגן, און איך װעל אים פֿאַרטרײַבן פֿון לאַנד; װאָרעם איך װײס, אַז װעמען דו בענטשסט, דער איז געבענטשט, און װעמען דו שילטסט, דער איז פֿאַרשאָלטן.
7זײַנען די עלטסטע פֿון מוֹאָבֿ און די עלטסטע פֿון מִדיָן געגאַנגען מיט צױבערלױן אין זײער האַנט, און זײ זײַנען געקומען צו בִלעָמען, און האָבן גערעדט צו אים די װערטער פֿון בָלָקן. 8האָט ער צו זײ געזאָגט: נעכטיקט דאָ די נאַכט, און איך װעל אײַך געבן אַן ענטפֿער, אַזױ װי ה׳ װעט רעדן צו מיר. און די האַרן פֿון מוֹאָבֿ זײַנען געבליבן בײַ בִלעָמען. 9איז אלֹקים געקומען צו בִלעָמען, און האָט געזאָגט: װער זײַנען די דאָזיקע מענטשן בײַ דיר? 10האָט בִלעָם געזאָגט צו האלֹקים: בָלָק דער זון פֿון צִפּוֹרן, דער מלך פֿון מוֹאָבֿ, האָט געשיקט צו מיר: 11אָט איז דאָס פֿאָלק װאָס איז אַרױסגעגאַנגען פֿון מִצרַיִם, און ער האָט פֿאַרדעקט דעם אָנבליק פֿון דער ערד. אַצונד, קום שילט מיר אים; אפֿשר װעל איך קענען מלחמה האַלטן אױף אים, און װעל אים פֿאַרטרײַבן. 12האָט אלֹקים געזאָגט צו בִלעָמען: זאָלסט נישט גײן מיט זײ; זאָלסט נישט שילטן דאָס פֿאָלק, װאָרעם ער איז געבענטשט. 13איז בִלעָם אױפֿגעשטאַנען אין דער פֿרי, און האָט געזאָגט צו די האַרן פֿון בָלָקן: גײט אין אײַער לאַנד, װאָרעם ה׳ װיל נישט מיך לאָזן גײן מיט אײַך. 14זײַנען אױפֿגעשטאַנען די האַרן פֿון מוֹאָבֿ, און זײַנען אַװעקגעגאַנגען צו בָלָקן, און האָבן געזאָגט: בִלעָם האָט נישט געװאָלט גײן מיט אונדז.
15האָט בָלָק װידער אַ מאָל געשיקט האַרן, מער און אָנגעזעענערע פֿון יענע. 16און זײ זײַנען געקומען צו בִלעָמען, און האָבן צו אים געזאָגט: אַזױ האָט געזאָגט בָלָק דער זון פֿון צִפּוֹרן: זאָלסט זיך נישט פֿאַרמײַדן, איך בעט דיך, פֿון קומען צו מיר. 17װאָרעם זײער גרױס כּבֿוד װעל איך דיר אָנטאָן, און אַלץ װאָס דו װעסט זאָגן צו מיר, װעל איך טאָן; נאָר קום, איך בעט דיך, שילט מיר דאָס דאָזיקע פֿאָלק. 18האָט געענטפֿערט בִלעָם און געזאָגט צו די קנעכט פֿון בָלָקן: װען בָלָק זאָל מיר געבן זײַן הױז פֿול מיט זילבער און גאָלד, קען איך נישט איבערטרעטן דעם באַפֿעל פֿון ה׳ מײַן ג-ט, צו טאָן קלײנס אָדער גרױס. 19און אַצונד, איך בעט אײַך, בלײַבט איר אױך דאָ די נאַכט, און איך װעל געװאָר װערן װאָס ה׳ װעט װידער רעדן מיט מיר. 20און אלֹקים איז געקומען צו בִלעָמען בײַ נאַכט, און האָט צו אים געזאָגט: אױב דיך צו רופֿן זײַנען די מענטשן געקומען, שטײ אױף, גײ מיט זײ, אָבער נאָר די זאַך װאָס איך װעל רעדן צו דיר, דאָס זאָלסטו טאָן. 21איז בִלעָם אױפֿגעשטאַנען אין דער פֿרי, און ער האָט אָנגעזאָטלט זײַן אײזעלין, און איז געגאַנגען מיט די האַרן פֿון מוֹאָבֿ.
22און דער צאָרן פֿון אלֹקים האָט געגרימט װאָס ער גײט, און אַ מלאך פֿון ה׳ האָט זיך אים געשטעלט פֿאַר אַ שטער אין װעג. – און ער איז געריטן אױף זײַן אײזעלין, און זײַנע צװײ יונגען זײַנען געװען מיט אים. – 23האָט די אײזעלין דערזען דעם מלאך פֿון ה׳ שטײן אױפֿן װעג, מיט זײַן שװערד אַרױסגעצױגן אין זײַן האַנט, און די אײזעלין האָט זיך אָפּגענײגט פֿון װעג, און איז געגאַנגען אױפֿן פֿעלד; און בִלעָם האָט געשלאָגן די אײזעלין כּדי זי צו פֿאַרקירעװען אױפֿן װעג. 24האָט דער מלאך פֿון ה׳ זיך געשטעלט אױף אַ שטעג פֿון די װײַנגערטנער, מיט אַ צאַם פֿון דער זײַט און אַ צאַם פֿון דער אַנדער זײַט. 25און די אײזעלין האָט געזען דעם מלאך פֿון ה׳, און האָט זיך צוגעדריקט צו דער װאַנט, און צוגעדריקט בִלעָמס פֿוס צו דער װאַנט; און ער האָט זי װידער געשלאָגן. 26איז דער מלאך פֿון ה׳ װידער אַװעק פֿאַרױס, און האָט זיך געשטעלט אין אַן ענגן אָרט, װוּ עס איז נישט געװען קײן װעג זיך אָפּצונײגן רעכטס אָדער לינקס. 27און די אײזעלין האָט געזען דעם מלאך פֿון ה׳, און האָט זיך אַנידערגעלײגט אונטער בִלעָמען; און דער צאָרן פֿון בִלעָמען האָט געגרימט, און ער האָט געשלאָגן די אײזעלין מיטן שטעקן. 28האָט ה׳ געעפֿנט דאָס מױל פֿון דער אײזעלין, און זי האָט געזאָגט צו בִלעָמען: װאָס האָב איך דיר געטאָן, װאָס דו האָסט מיר שױן דרײַ מאָל געשלאָגן? 29האָט בִלעָם געזאָגט צו דער אײזעלין: װײַל דו האָסט געשפּעט פֿון מיר; װען איך האָב אַ שװערד אין דער האַנט, װאָלט איך דיך אַצונד געהרגעט. 30האָט די אײזעלין געזאָגט צו בִלעָמען: בין איך נישט דײַן אײזעלין, װאָס דו האָסט געריטן אױף מיר דײַן גאַנץ לעבן ביז הײַנטיקן טאָג? בין איך געװױנטלעך געװױנט געװען דיר אַזױ צו טאָן? האָט ער געזאָגט: נײן. 31און ה׳ האָט אַנטפּלעקט די אױגן פֿון בִלעָמען, און ער האָט דערזען דעם מלאך פֿון ה׳ שטײן אין װעג, מיט זײַן שװערד אַרױסגעצױגן אין זײַן האַנט. האָט ער זיך גענײגט, און זיך געבוקט אױף זײַן פּנים. 32און דער מלאך פֿון ה׳ האָט צו אים געזאָגט: פֿאַר װאָס האָסטו געשלאָגן דײַן אײזעלין שױן דרײַ מאָל? זע, איך בין אַרױסגעגאַנגען פֿאַר אַ שטער, װאָרעם דער װעג גײט מיר דערקעגן. 33און די אײזעלין האָט מיך געזען, און האָט זיך אָפּגענײגט פֿאַר מיר די דרײַ מאָל; װען זי װאָלט זיך נישט אָפּגענײגט פֿון מיר, װאָלט איך אַצונד דיך זיכער געהרגעט, און זי װאָלט איך געלאָזט לעבן. 34האָט בִלעָם געזאָגט צו דעם מלאך פֿון ה׳: איך האָב געזינדיקט, װאָרעם איך האָב נישט געװוּסט, אַז דו שטײסט מיר אַנטקעגן אױפֿן װעג; און אַצונד אױב עס איז שלעכט אין דײַנע אױגן, װעל איך מיך אומקערן.
35האָט דער מלאך פֿון ה׳ געזאָגט צו בִלעָמען: גײ מיט די מענטשן, אָבער נאָר דאָס װאָרט װאָס איך װעל רעדן צו דיר, דאָס זאָלסטו רעדן. איז בִלעָם געגאַנגען מיט די האַרן פֿון בָלָקן.
36און בָלָק האָט געהערט אַז בִלעָם קומט, און ער איז אים אַרױסגעגאַנגען אַנטקעגן קײן עִיר-מוֹאָבֿ װאָס בײַם געמאַרק פֿון אַרנוֹן, װאָס בײַם עק געמאַרק. 37און בָלָק האָט געזאָגט צו בִלעָמען: האָב איך נישט שיקן געשיקט צו דיר, דיך צו רופֿן? פֿאַר װאָס ביסטו נישט געקומען צו מיר? בין איך אין דער אמת נישט אימשטאַנד דיר כּבֿוד אָנצוטאָן? 38האָט בִלעָם געזאָגט צו בָלָקן: זע, איך בין געקומען צו דיר; אַצונד, צי קען איך גאָר עפּעס רעדן? דאָס װאָרט װאָס אלֹקים װעט אַרײַנטאָן אין מײַן מױל, דאָס װעל איך רעדן. 39און בִלעָם איז געגאַנגען מיט בָלָקן, און זײ זײַנען געקומען קײן קִריַת-חוצוֹת. 40און בָלָק האָט געשלאַכט רינדער און שאָף, און האָט געשיקט צו בִלעָמען, און צו די האַרן װאָס מיט אים. 41און עס איז געװען אין דער פֿרי, האָט בָלָק גענומען בִלעָמען, און האָט אים אַרױפֿגעפֿירט קײן במוֹת-בַעַל, און ער האָט פֿון דאָרטן געזען אַ טײל פֿון דעם פֿאָלק.
Currently Selected:
במִדְבר כב: OYTORAH
Highlight
Copy
Compare
Share
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Tanakh,
© Artists for Israel International, 2025