במִדְבר כא
כא
1און דער כּנַעֲני, דער מלך פֿון עַרָד, דער באַװױנער פֿון דָרום, האָט געהערט אַז יִשׂרָאֵל איז אָנגעקומען אױף דעם װעג פֿון אַתָרים, און ער האָט מלחמה געהאַלטן מיט יִשׂרָאֵל, און געפֿאַנגען פֿון זײ געפֿאַנגענע. 2האָט יִשׂרָאֵל אַ נדר געטאָן צו ה׳, און האָט געזאָגט: אױב געבן װעסטו געבן דאָס דאָזיקע פֿאָלק אין מײַן האַנט, װעל איך מאַכן זײערע שטעט חרם. 3און ה׳ האָט צוגעהערט צו דעם קֹול פֿון יִשׂרָאֵל, און ער האָט איבערגעגעבן דעם כּנַעֲני, און זײ האָבן געמאַכט זײ און זײערע שטעט חרם. און מע האָט גערופֿן דעם נאָמען פֿון דעם אָרט, חָרמָה.
4און זײ האָבן געצױגן פֿון באַרג הוֹר אױפֿן װעג פֿון ים-סוףֿ, כּדי צו גײן אַרום דעם לאַנד אֶדוֹם, און די זעל פֿון דעם פֿאָלק איז געװאָרן אומגעדולדיק פֿון װעג. 5און דאָס פֿאָלק האָט גערעדט אַקעגן אלֹקים און אַקעגן משהן: נאָך װאָס האָט איר אונדז אױפֿגעבראַכט פֿון מִצרַיִם צו שטאַרבן אין דער מדבר? װאָרעם קײן ברױט איז נישטאָ, און קײן װאַסער איז נישטאָ, און אונדזער זעל עקלט זיך מיט דער נישטיקער שפּײַז. 6האָט ה׳ אָנגעשיקט אױפֿן פֿאָלק פֿײַערדיקע שלאַנגען, און זײ האָבן געביסן דאָס פֿאָלק, און עס איז געשטאָרבן אַ סך פֿאָלק פֿון יִשׂרָאֵל. 7איז דאָס פֿאָלק געקומען צו משהן, און זײ האָבן געזאָגט: מיר האָבן געזינדיקט װאָס מיר האָבן גערעדט אַקעגן ה׳ און אַקעגן דיר; זײַ מתפּלל צו ה׳, ער זאָל אָפּטאָן פֿון אונדז די שלאַנגען. האָט משה מתפּלל געװען פֿאַרן פֿאָלק. 8און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן: מאַך דיר אַ פֿײַערדיקע שלאַנג, און טו זי אַרױף אױף אַ שטאַנג; און עס װעט זײַן, איטלעכער װאָס װערט געביסן, װעט זי זען, און װעט בלײַבן לעבן. 9האָט משה געמאַכט אַ קופּערנע שלאַנג, און האָט זי אַרױפֿגעטאָן אױף אַ שטאַנג; און עס איז געװען, אַז אַ שלאַנג האָט עמיצן געביסן, אַזױ האָט ער אַ קוק געטאָן אױף דער קופּערנער שלאַנג, און איז געבליבן לעבן.
10און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן אַװעקגעצױגן, און גערוט אין אוֹבֿוֹת. 11און זײ האָבן געצױגן פֿון אוֹבֿוֹת, און גערוט אין עִיֵי-עַבֿרים, אין דעם מדבר װאָס פֿאַר מוֹאָבֿ, אַקעגן זונאױפֿגאַנג. 12פֿון דאָרטן האָבן זײ געצױגן, און גערוט אין טאָל זֶרֶד. 13פֿון דאָרטן האָבן זײ געצױגן, און גערוט אױף יענער זײַט אַרנוֹן װאָס אין מדבר, װאָס גײט אַרױס פֿון דעם געמאַרק פֿון אֶמוֹרי; װאָרעם אַרנוֹן איז דער געמאַרק פֿון מוֹאָבֿ, צװישן מוֹאָבֿ און צװישן דעם אֶמוֹרי. 14דערום װערט געזאָגט אין דעם בוך פֿון די מלחמות פֿון ה׳:
וָהֵבֿ אין סופֿה,
און די טאָלן פֿון אַרנוֹן,
15און דעם אַראָפּגאַנג פֿון די טאָלן,
װאָס נײגט זיך צו דער װױנונג פֿון עָר,
און לענט זיך אָן געמאַרק פֿון מוֹאָבֿ.
16און פֿון דאָרטן קײן באֵר. דאָס איז דער ברונעם, װוּ ה׳ האָט געזאָגט צו משהן: זאַמל אײַן דאָס פֿאָלק, און איך װעל זײ געבן װאַסער.
17דענצמאָל האָט יִשׂרָאֵל געזונגען דאָס דאָזיקע געזאַנג:
קװעל אַרױף, ברונעם – זינגט צו אים –
18דער ברונעם װאָס געגראָבן האָבן אים האַרן,
אים אױסגעהאַקט האָבן פֿירשטן פֿון פֿאָלק,
דורך דעם מְחֹקֵק מיט זײערע שטעקנס.
און פֿון מדבר קײן מַתָּנָה; 19און פֿון מַתָּנָה קײן נַחליאֵל, און פֿון נַחליאֵל קײן במוֹת; 20און פֿון במוֹת צו דעם טאָל װאָס אין פֿעלד פֿון מוֹאָבֿ, בײַם שפּיץ פֿון פּסגָה, װאָס קוקט אַראָפּ אױף דער װיסטע.
21און יִשׂרָאֵל האָט געשיקט שלוחים צו סיחון דעם מלך פֿון אֶמוֹרי, אַזױ צו זאָגן: 22לאָמיך דורכגײן דורך דײַן לאַנד; מיר װעלן זיך נישט אָפּנײַגן אין אַ פֿעלד אָדער אין אַ װײַנגאָרטן; מיר װעלן נישט טרינקען װאַסער פֿון אַ ברונעם; אױף דעם מלכס װעג װעלן מיר גײן, ביז װאַנען מיר װעלן דורכגײן דײַן געמאַרק. 23אָבער סיחון האָט נישט געלאָזט יִשׂרָאֵל דורכגײן דורך זײַן געמאַרק, און סיחון האָט אײַנגעזאַמלט זײַן גאַנץ פֿאָלק, און איז אַרױסגעגאַנגען אַקעגן יִשׂרָאֵל צום מדבר, און ער איז געקומען קײן יַהַץ, און האָט מלחמה געהאַלטן מיט יִשׂרָאֵל. 24און יִשׂרָאֵל האָט אים געשלאָגן מיטן שאַרף פֿון שװערד, און אײַנגענומען זײַן לאַנד פֿון אַרנוֹן ביז יַבוֹק, ביז די קינדער פֿון עַמוֹן; װאָרעם דער געמאַרק פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן איז געװען שטאַרק. 25און יִשׂרָאֵל האָט צוגענומען אַלע די דאָזיקע שטעט, און יִשׂרָאֵל האָט זיך באַזעצט אין אַלע שטעט פֿון אֶמוֹרי, אין חֶשבוֹן, און אין אַלע אירע טעכטערשטעט. 26װאָרעם חֶשבוֹן איז געװען די שטאָט פֿון סיחון דעם מלך פֿון אֶמוֹרי, װאָס האָט מלחמה געהאַלטן מיט דעם פֿריערדיקן מלך פֿון מוֹאָבֿ, און האָט אַװעקגענומען זײַן גאַנץ לאַנד פֿון זײַן האַנט, ביז אַרנוֹן. 27דערום זאָגן די שפּרוכזאָגער:
קומט קײן חֶשבוֹן!
געבױט און אױפֿגעשטעלט
זאָל װערן די שטאָט פֿון סיחון!
28װאָרעם אַ פֿײַער איז אַרױס פֿון חֶשבוֹן,
אַ פֿלאַם פֿון דער שטאָט פֿון סיחון;
זי האָט פֿאַרצערט עָר פֿון מוֹאָבֿ,
די האַרן פֿון די הײכן פֿון אַרנוֹן.
29װײ צו דיר, מוֹאָבֿ!
פֿאַרלאָרן ביסטו, פֿאָלק פֿון כּמוֹש!
ער האָט געלאָזט װערן זײַנע זין אַנטרונענע,
און זײַנע טעכטער אין געפֿאַנגענשאַפֿט
צו סיחון דעם מלך פֿון אֶמוֹרי.
30און מיר האָבן זײ צעשאָסן;
פֿאַרלאָרן איז חֶשבוֹן ביז דיבֿוֹן;
און מיר האָבן פֿאַרװיסט
ביז נוֹפֿח װאָס ביז מֵידבֿאָ.
31און יִשׂרָאֵל האָט זיך באַזעצט אין לאַנד פֿון דעם אֶמוֹרי. 32און משה האָט געשיקט אױסקוקן יַעְזֵר, און זײ האָבן באַצװוּנגען אירע טעכטערשטעט, און פֿאַרטריבן דעם אֶמוֹרי װאָס איז דאָרטן געװען.
33און זײ האָבן זיך פֿאַרקערט, און זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען אױפֿן װעג פֿון בָשָן; איז אַרױסגעגאַנגען עוֹג דער מלך פֿון בָשָן אַקעגן זײ, ער מיט זײַן גאַנצן פֿאָלק, אױף מלחמה קײן אֶדרֶעִי. 34האָט ה׳ געזאָגט צו משהן: זאָלסט נישט מורא האָבן פֿאַר אים, װאָרעם אין דײַן האַנט האָב איך געגעבן אים מיט זײַן גאַנצן פֿאָלק און זײַן לאַנד, און װעסט טאָן צו אים, אַזױ װי דו האָסט געטאָן צו סיחון דעם מלך פֿון אֶמוֹרי, װאָס איז געזעסן אין חֶשבוֹן. 35און זײ האָבן געשלאָגן אים מיט זײַנע זין און זײַן גאַנצן פֿאָלק, ביז אים נישט צו לאָזן אַן איבערבלײַב; און זײ האָבן געאַרבט זײַן לאַנד.
Currently Selected:
במִדְבר כא: OYTORAH
Highlight
Copy
Compare
Share
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Tanakh,
© Artists for Israel International, 2025