YouVersion Logo
Search Icon

במִדְבר כ

כ
1און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, די גאַנצע עדה, זײַנען געקומען אין מדבר צִין, אין ערשטן חודש; און דאָס פֿאָלק איז געזעסן אין קָדֵש; און מִריָם איז דאָרטן געשטאָרבן, און איז דאָרטן באַגראָבן געװאָרן.
2און די עדה האָט נישט געהאַט קײן װאַסער, און זײ האָבן זיך אײַנגעזאַמלט אַקעגן משהן און אַקעגן אַהרֹנען. 3און דאָס פֿאָלק האָט זיך געקריגט מיט משהן, און זײ האָבן געזאָגט, אַזױ צו זאָגן: הלװאַי װאָלטן מיר אומגעקומען, װען אונדזערע ברידער זײַנען אומגעקומען פֿאַר ה׳! 4און נאָך װאָס האָט איר געבראַכט די עדה פֿון ה׳ אין דעם דאָזיקן מדבר, אַז מיר און אונדזער פֿיך זאָלן דאָ אױסשטאַרבן? 5און נאָך װאָס האָט איר אונדז אױפֿגעבראַכט פֿון מִצרַיִם, אונדז צו ברענגען אין דעם דאָזיקן שלעכטן אָרט, װאָס איז נישט אַן אָרט פֿון זאָמען, אָדער פֿײַגן, אָדער װײַנשטאָקן, אָדער מילגרױמען, און װוּ װאַסער צום טרינקען איז נישטאָ?
6זײַנען משה און אַהרֹן אַװעקגעגאַנגען פֿון פֿאַר דער עדה צום אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד, און זײ זײַנען געפֿאַלן אױף זײער פּנים; און די פּראַכט פֿון ה׳ האָט זיך באַװיזן צו זײ. 7און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 8נעם דעם שטעקן, און זאַמל אײַן די עדה, דו און אַהרֹן דײַן ברודער, און איר זאָלט רעדן צום פֿעלדז פֿאַר זײערע אױגן, אַז ער זאָל אַרױסגעבן פֿון זיך װאַסער; און װעסט זײ אַרױסציען װאַסער פֿון פֿעלדז, און װעסט אָנטרינקען די עדה און זײער פֿיך. 9האָט משה גענומען דעם שטעקן פֿון פֿאַר ה׳, אַזױ װי ער האָט אים באַפֿױלן. 10און משה און אַהרֹן האָבן אײַנגעזאַמלט די עדה פֿאַר דעם פֿעלדז, און ער האָט צו זײ געזאָגט: הערט אַקאָרשט, איר װידערשפּעניקער, זאָלן מיר פֿון דעם דאָזיקן פֿעלדז אײַך אַרױסציען װאַסער? 11און משה האָט אױפֿגעהױבן זײַן האַנט, און האָט געשלאָגן דעם פֿעלדז מיט זײַן שטעקן צװײ מאָל, און עס איז אַרױס אַ סך װאַסער, און די עדה און זײער פֿיך האָבן געטרונקען. 12האָט ה׳ געזאָגט צו משהן און צו אַהרֹנען: װײַל איר האָט נישט געגלױבט אין מיר, מיך צו הײליקן פֿאַר די אױגן פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, דערום װעט איר נישט ברענגען די דאָזיקע עדה אין דעם לאַנד װאָס איך האָב זײ געגעבן. 13דאָס איז דאָס װאַסער פֿון מריבֿה װוּ די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געקריגט אַקעגן ה׳, און ער איז געהײליקט געװאָרן צװישן זײ.
14און משה האָט געשיקט שלוחים פֿון קָדֵש צו דעם מלך פֿון אֶדוֹם: אַזױ זאָגט דײַן ברודער יִשׂרָאֵל: דו װײסט אַל די מאַטערניש װאָס אונדז האָט געטראָפֿן; 15װי אונדזערע עלטערן האָבן גענידערט קײן מִצרַיִם, און מיר זײַנען געזעסן אין מִצרַיִם פֿיל טעג, און די מִצרַיִם האָבן שלעכטס געטאָן אונדז און אונדזערע עלטערן; 16און מיר האָבן געשריִען צו ה׳, און ער האָט געהערט אונדזער קֹול, און האָט געשיקט אַ מלאך, און אונדז אַרױסגעצױגן פֿון מִצרַיִם; און אָט זײַנען מיר אין קָדֵש, אַ שטאָט בײַם עק פֿון דײַן געמאַרק. 17לאָז אונדז, איך בעט דיך, דורכגײן דורך דײַן לאַנד; מיר װעלן נישט דורכגײן דורך אַ פֿעלד אָדער דורך אַ װײַנגאָרטן, און מיר װעלן נישט טרינקען װאַסער פֿון אַ ברונעם; אױף דעם מלכס װעג װעלן מיר גײען; מיר װעלן זיך נישט אָפּנײַגן רעכטס אָדער לינקס, ביז װאַנען מיר װעלן דורכגײן דײַן געמאַרק. 18האָט אֶדוֹם צו אים געזאָגט: זאָלסט נישט דורכגײן דורך מיר, װאָרעם מיטן שװערד װעל איך אַרױסגײן אַקעגן דיר. 19האָבן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל צו אים געזאָגט: אױפֿן װעג װעלן מיר גײן, און אַז מיר װעלן טרינקען דײַן װאַסער, איך און מײַנע פֿיך, װעל איך געבן געצאָלט דערפֿאַר; עס איז דאָך גאָרנישט; לאָמיך בלױז דורכגײן אױף מײַנע פֿיס. 20האָט ער געזאָגט: דו קענסט נישט דורכגײן. און אֶדוֹם איז אַרױסגעגאַנגען אַקעגן אים מיט פֿיל פֿאָלק, און מיט אַ שטאַרקער האַנט. 21און אֶדוֹם האָט נישט געװאָלט לאָזן יִשׂרָאֵל דורכגײן דורך זײַן געמאַרק, און יִשׂרָאֵל האָט זיך אָפּגענײגט פֿון אים.
22און זײ האָבן אַװעקגעצױגן פֿון קָדֵש; און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, די גאַנצע עדה, זײַנען אָנגעקומען צום באַרג הוֹר. 23און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן און צו אַהרֹנען אױפֿן באַרג הוֹר, בײַם געמאַרק פֿון לאַנד אֶדוֹם, אַזױ צו זאָגן: 24זאָל אַהרֹן אײַנגעזאַמלט װערן צו זײַן פֿאָלק; װאָרעם ער װעט נישט קומען אין דעם לאַנד װאָס איך האָב געגעבן צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, דערפֿאַר װאָס איר האָט װידערשפּעניקט מײַן מױל בײַם װאַסער פֿון מריבֿה. 25נעם אַהרֹנען און זײַן זון אֶלעָזָרן, און ברענג זײ אַרױף אױפֿן באַרג הוֹר; 26און טו אױס אַהרֹנען זײַנע קלײדער, און טו זײ אָן זײַן זון אֶלעָזָרן; און אַהרֹן זאָל אײַנגעזאַמלט װערן און שטאַרבן דאָרטן. 27האָט משה געטאָן אַזױ װי ה׳ האָט באַפֿױלן; און זײ זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען אױפֿן באַרג הוֹר, פֿאַר די אױגן פֿון דער גאַנצער עדה. 28און משה האָט אױסגעטאָן אַהרֹנען זײַנע קלײדער, און האָט זײ אָנגעטאָן זײַן זון אֶלעָזָרן. און אַהרֹן איז דאָרטן געשטאָרבן אױפֿן שפּיץ באַרג. און משה און אֶלעָזָר האָבן אַראָפּגענידערט פֿון באַרג. 29און די גאַנצע עדה האָט געזען אַז אַהרֹן איז פֿאַרגאַנגען; און דאָס גאַנצע הױז פֿון יִשׂרָאֵל האָט באַװײנט אַהרֹנען דרײַסיק טעג.

Currently Selected:

במִדְבר כ: OYTORAH

Highlight

Copy

Compare

Share

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in