במִדְבר יב
יב
1און מִריָם און אַהרֹן האָבן גערעדט אױף משהן פֿון װעגן דער כּושישער װײַב װאָס ער האָט גענומען; װאָרעם ער האָט גענומען אַ כּושישע װײַב. 2און זײ האָבן געזאָגט: צי בלױז נאָר מיט משהן האָט ה׳ גערעדט? האָט ער נישט אױך מיט אונדז גערעדט? און ה׳ האָט געהערט.
3און דער מאַן משה איז געװען זײער אַן עָנָו, מער פֿון אַלע מענטשן װאָס אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד.
4האָט ה׳ פּלוצלינג געזאָגט צו משהן און צו אַהרֹנען און צו מִריָמען: גײט איר דרײַ אַרױס צום אוֹהל-מוֹעד. זײַנען זײ דרײַ אַרױסגעגאַנגען. 5און ה׳ האָט אַראָפּגענידערט אין אַ װאָלקנזײַל, און האָט זיך געשטעלט בײַם אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד, און האָט גערופֿן אַהרֹנען און מִריָמען. זײַנען זײ בײדע אַרױסגעגאַנגען. 6און ער האָט געזאָגט: הערט אַקאָרשט צו מײַנע װערטער: אַז אַ נבֿיא איז דאָ בײַ אײַך, טו איך, ה׳, אין אַ זעונג זיך דערקענען צו אים; אין אַ חלום רעד איך מיט אים. 7נישט אַזױ איז מײַן קנעכט משה; אין מײַן גאַנצן הױז איז ער באַגלױבט. 8מױל צו מױל רעד איך מיט אים, און באַשײַמפּערלעך און נישט מיט רעטענישן, און די געשטאַלט פֿון ה׳ קוקט ער אָן. און װי אַזױ האָט איר נישט מורא געהאַט צו רעדן אױף מײַן קנעכט, אױף משהן? 9און דער צאָרן פֿון ה׳ האָט געגרימט אױף זײ; און ער איז אַװעקגעגאַנגען. 10און װי דער װאָלקן האָט זיך אָפּגעטאָן פֿון איבערן געצעלט, ערשט מִריָם איז מצוֹרע װײַס װי שנײ. און אַהרֹן האָט זיך אומגעקערט צו מִריָמען, ערשט זי איז מצוֹרע. 11האָט אַהרֹן געזאָגט צו משהן: איך בעט דיך, מײַן האַר, זאָלסט נישט אַרױפֿטאָן אױף אונדז אַ זינד, װאָס מיר האָבן זיך באַנאַרישט און װאָס מיר האָבן געזינדיקט. 12זאָל זי, איך בעט דיך, נישט זײַן אַזױ װי אַ טױטגעבאָרענער װאָס זײַן פֿלײש איז האַלב געגעסן װען ער גײט אַרױס פֿון זײַן מוטערס טראַכט. 13און משה האָט געשריִען צו ה׳, אַזױ צו זאָגן: ג-ט, איך בעט דיך, הײל זי, איך בעט דיך. 14האָט ה׳ געזאָגט צו משהן: אַז איר פֿאָטער װאָלט איר אין פּנים געשפּיגן, װאָלט זי זיך נישט געשעמט זיבן טעג? זאָל זי זײַן אײַנגעשלאָסן זיבן טעג אױסן לאַגער, און דערנאָך זאָל זי אַרײַנגענומען װערן.
15איז מִריָם געװען אײַנגעשלאָסן אױסן לאַגער זיבן טעג; און דאָס פֿאָלק האָט נישט געצױגן ביז מִריָם איז אַרײַנגענומען געװאָרן. 16און דערנאָך האָט דאָס פֿאָלק געצױגן פֿון חַצֵרוֹת, און זײ האָבן גערוט אין מדבר פּאָרָן.
Currently Selected:
במִדְבר יב: OYTORAH
Highlight
Copy
Compare
Share
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Tanakh,
© Artists for Israel International, 2025