YouVersion Logo
Search Icon

במִדְבר יג

יג
שְלַח
1און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 2שיק דיר מענטשן, זײ זאָלן אױסקוקן דאָס לאַנד כּנַעַן, װאָס איך גיב צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל; צו אײן מאַן, צו אײן מאַן פֿאַר זײַן פֿאָטערשטאַם זאָלט איר שיקן; איטלעכער אַ פֿירשט צװישן זײ.
3און משה האָט זײ געשיקט פֿון מדבר פּאָרָן לױט דעם מױל פֿון ה׳; זײ אַלע זײַנען געװען מענטשן הױפּטלײַט פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל. 4און דאָס זײַנען זײערע נעמען: פֿאַר שבֿט ראובֿן, שַמוּעַ דער זון פֿון זַכּורן. 5פֿאַר שבֿט שמעון, שָפֿט דער זון פֿון חוֹרי. 6פֿאַר שבֿט יהוּדה, כָּלֵבֿ דער זון פֿון יפֿונֶהן. 7פֿאַר שבֿט יִשׂשָׂכָר, יִגאָל דער זון פֿון יוֹספֿן. 8פֿאַר שבֿט אפֿרים, הוֹשֵעַ דער זון פֿון נון. 9פֿאַר שבֿט בנימין, פַּלטי דער זון פֿון רָפֿואן. 10פֿאַר שבֿט זבֿולון, גַדיאֵל דער זון פֿון סוֹדין. 11פֿאַר שבֿט יוֹסף: פֿאַר שבֿט מנַשֶה, גַדי דער זון פֿון סוסין. 12פֿאַר שבֿט דָן, עַמיאֵל דער זון פֿון גמַלין. 13פֿאַר שבֿט אָשֵר, סתור דער זון פֿון מיכָאֵלן. 14פֿאַר שבֿט נַפֿתָּלי, נַחבי דער זון פֿון וָפֿסין. 15פֿאַר שבֿט גָד, גְאואֵל דער זון פֿון מָכין. 16דאָס זײַנען די נעמען פֿון די מענטשן װאָס משה האָט געשיקט אױסקוקן דאָס לאַנד. און משה האָט גערופֿן הוֹשֵעַ דעם זון פֿון נון, יְהוֹשועַ. 17און משה האָט זײ געשיקט אױסקוקן דאָס לאַנד כּנַעַן, און האָט צו זײ געזאָגט: גײט אַרױף אַהין קײן דָרום, און גײט אַרױף אין דעם געבערג. 18און איר זאָלט אָנקוקן דאָס לאַנד, װאָס דאָס איז, און דאָס פֿאָלק װאָס זיצט דערױף, אױב ער איז שטאַרק אָדער שװאַך, אױב ער איז װינציק אָדער פֿיל; 19און װי איז דאָס לאַנד װאָס ער זיצט דרינען, אױב עס איז גוט אָדער שלעכט, און װי זײַנען די שטעט װאָס ער זיצט אין זײ, אין לאַגערן אָדער אין פֿעסטונגען; 20און װי איז די ערד, איז זי פֿעט אָדער מאָגער, איז דאָ אױף איר געהילץ אָדער נישט. און איר זאָלט אײַך שטאַרקן, און ברענגען פֿון דער פֿרוכט פֿון לאַנד. – און די טעג זײַנען געװען די טעג פֿון ערשטע װײַנטרױבן.
21זײַנען זײ אַרױסגעגאַנגען, און האָבן אױסגעקוקט דאָס לאַנד פֿון מדבר צִין ביז רחוֹבֿ, װי מע קומט קײן חַמָת. 22און זײ זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען קײן דָרום, און זײַנען געקומען ביז חֶבֿרוֹן; און דאָרטן זײַנען געװען אַחימָן, שֵשַי, און תַּלמַי, קינדער פֿון עַנָק. – און חֶבֿרוֹן איז געבױט געװאָרן זיבן יאָר פֿאַר צוֹעַן אין מִצרַיִם. – 23און זײ זײַנען געקומען ביזן טאָל אֶשכּוֹל, און האָבן אָפּגעשניטן פֿון דאָרטן אַ צװײַג מיט אײן הענגל װײַנטרױבן, און האָבן עס געטראָגן אױף אַ שטאַנג זאַלבעצװײט; אױך פֿון די מילגרױמען און פֿון די פֿײַגן האָבן זײ גענומען. – 24יענעם אָרט האָט מען גערופֿן דער טאָל אֶשכּוֹל פֿון װעגן דעם הענגל װאָס די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן אָפּגעשניטן פֿון דאָרטן. – 25און זײ האָבן זיך אומגעקערט פֿון אױסקוקן דאָס לאַנד צום סוף פֿון פֿערציק טעג. 26און זײ זײַנען געגאַנגען און געקומען צו משהן און צו אַהרֹנען, און צו דער גאַנצער עדה פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, אין מדבר פּאָרָן קײן קָדֵש; און זײ האָבן געבראַכט אַן ענטפֿער צו זײ און צו דער גאַנצער עדה, און האָבן זײ געװיזן די פֿרוכט פֿון לאַנד. 27און זײ האָבן אים דערצײלט, און געזאָגט: מיר זײַנען געקומען אין דעם לאַנד װוּהין דו האָסט אונדז געשיקט, און עס פֿליסט אױך מיט מילך און האָניק; און דאָס איז איר פֿרוכט. 28אָבער שטאַרק איז דאָס פֿאָלק װאָס זיצט אין לאַנד, און די שטעט זײַנען באַפֿעסטיקטע, גרױסע ביז גאָר, און אױך די קינדער פֿון עַנָק האָבן מיר דאָרטן געזען. 29עַמָלֵק זיצט אין דָרום-לאַנד, און דער חִתּי, און דער יבֿוסי, און דער אֶמוֹרי, זיצן אין דעם געבערג, און דער כּנַעֲני זיצט בײַם ים און בײַם ברעג יַרדן. 30האָט כָּלֵבֿ אײַנגעשטילט דאָס פֿאָלק אַקעגן משהן, און ער האָט געזאָגט: אַרױפֿגײן װעלן מיר אַרױפֿגײן, און מיר װעלן עס אַרבן, װאָרעם בײַקומען װעלן מיר עס בײַקומען. 31אָבער די מענטשן װאָס זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען מיט אים, האָבן געזאָגט: מיר קענען נישט אַרױפֿגײן קעגן דעם פֿאָלק, װאָרעם ער איז שטאַרקער פֿון אונדז. 32און זײ האָבן אַרױסגעלאָזט אַ שלעכטן קלאַנג אױף דעם לאַנד װאָס זײ האָבן עס אױסגעקוקט, בײַ די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, אַזױ צו זאָגן: דאָס לאַנד װאָס מיר זײַנען דורכגעגאַנגען דורך דעם, כּדי עס אױסצוקוקן, דאָס איז אַ לאַנד װאָס עסט אױף אירע באַװױנער, און דאָס גאַנצע פֿאָלק, װאָס מיר האָבן געזען דרינען, זײַנען מענטשן פֿון גרױסן װוּקס. 33און דאָרטן האָבן מיר געזען די נפֿילים, די זין פֿון עַנָק װאָס פֿון די נפֿילים; און מיר זײַנען געװען װי הײשעריקן אין אונדזערע אױגן, און אַזױ זײַנען מיר געװען אין זײערע אױגן.

Currently Selected:

במִדְבר יג: OYTORAH

Highlight

Copy

Compare

Share

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in