במִדְבר יא
יא
1און דאָס פֿאָלק האָט זיך באַקלאָגט אױף שלעכטס אין די אױערן פֿון ה׳, און ה׳ האָט געהערט, און זײַן צאָרן האָט געגרימט, און אַ פֿײַער פֿון ה׳ האָט געברענט צװישן זײ, און האָט פֿאַרצערט בײַם עק לאַגער. 2האָט דאָס פֿאָלק געשריען צו משהן, און משה האָט מתפּלל געװען צו ה׳, און דאָס פֿײַער האָט זיך געזעצט. 3און מע האָט גערופֿן דעם נאָמען פֿון יענעם אָרט תַּבֿעֵרָה, װײַל אַ פֿײַער פֿון ה׳ האָט געברענט צװישן זײ.
4און די צונױפֿגעלאָפֿענע װאָס צװישן זײ האָבן געגלוסט אַ גלוסטונג; און אױך די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן װידער געװײנט, און זײ האָבן געזאָגט: װען מע זאָל אונדז געבן עסן פֿלײש! 5מיר געדענקען די פֿיש װאָס מיר פֿלעגן עסן אין מִצרַיִם אומזיסט, די פּלוצערן, און די קירבעס, און דאָס גרינס, און די ציבעלעס, און די קנאָבל. 6און אַצונד איז אונדזער זעל פֿאַרטריקנט; נישטאָ קײן זאַך; בלױז אױפֿן מַן זײַנען אונדזערע אױגן.
7און דער מַן איז געװען אַזױ װי קאָריאַנדערזאָמען, און זײַן אָנבליק אַזױ װי דער אָנבליק פֿון בדוֹלַך. 8דאָס פֿאָלק האָט זיך פֿאַרשפּרײט, און האָט עס אױפֿגעקליבן, און געמאָלן אין אַ האַנטמיל, אָדער געשטױסן אין אַ שטײסל, און געקאָכט אין אַ טאָפּ, אָדער געמאַכט דערפֿון קוכנס און דער טעם דערפֿון איז געװען װי דער טעם פֿון אַן אײלקיכל. 9און װי דער טױ האָט אַראָפּגענידערט אױפֿן לאַגער בײַ נאַכט, פֿלעגט אַראָפּנידערן דערױף דער מַן.
10און משה האָט געהערט דאָס פֿאָלק װײנען משפּחות-װײַז, איטלעכער פֿאַר דעם אײַנגאַנג פֿון זײַן געצעלט, און דער צאָרן פֿון ה׳ האָט זײער געגרימט, און עס איז געװען שלעכט אין די אױגן פֿון משהן. 11און משה האָט געזאָגט צו ה׳: פֿאַר װאָס טוסטו שלעכטס דײַן קנעכט, און פֿאַר װאָס האָב איך געפֿונען אומחן אין דײַנע אױגן, אַרױפֿצולײגן אױף מיר די לאַסט פֿון דעם דאָזיקן גאַנצן פֿאָלק? 12האָב איך דען געטראָגן דאָס דאָזיקע גאַנצע פֿאָלק, צי איך האָב עס געבאָרן, װאָס דו זאָגסט צו מיר: טראָג עס אין דײַן בוזעם, אַזױ װי אַ דערציער טראָגט אַ זױגעדיקן, צו דעם לאַנד װאָס דו האָסט צוגעשװאָרן זײערע עלטערן? 13פֿון װאַנען האָב איך פֿלײש, צו געבן דעם דאָזיקן גאַנצן פֿאָלק, װאָס זײ װײנען אױף מיר, אַזױ צו זאָגן: גיב אונדז פֿלײש, מיר זאָלן עסן? 14איך אַלײן קען נישט טראָגן דאָס דאָזיקע גאַנצע פֿאָלק, װאָרעם עס איז צו שװער פֿאַר מיר. 15און אױב דו טוסט אַזױ צו מיר, הרגען הרגע מיך, איך בעט דיך, אױב איך האָב געפֿונען חֵן אין דײַנע אױגן, און לאָמיך נישט זען מײַן אומגליק.
16האָט ה׳ געזאָגט צו משהן: זאַמל מיר אײַן זיבעציק מאַן פֿון די עלטסטע פֿון יִשׂרָאֵל, די װאָס דו װײסט אַז זײ זײַנען די עלטסטע פֿון פֿאָלק, און זײַנע אױפֿזעערס, און זאָלסט זײ נעמען צום אוֹהל-מוֹעד, און זײ זאָלן זיך דאָרטן שטעלן מיט דיר. 17און איך װעל אַראָפּנידערן, און װעל דאָרטן רעדן מיט דיר, און װעל אָפּשײדן פֿון דעם רוּחַ װאָס אױף דיר, און אַרױפֿטאָן אױף זײ, און זײ װעלן מיטטראָגן מיט דיר די לאַסט פֿון פֿאָלק, און װעסט נישט דאַרפֿן טראָגן דו אַלײן. 18און צום פֿאָלק זאָלסטו זאָגן: ברײט אײַך אָן אױף מאָרגן, און איר װעט עסן פֿלײש; װײַל איר האָט געװײנט אין די אױערן פֿון ה׳, אַזױ צו זאָגן: װען מע זאָל אונדז געבן עסן פֿלײש! װאָרעם אונדז איז געװען װױל אין מִצרַיִם; דערום װעט אײַך ה׳ געבן פֿלײש, און איר װעט עסן. 19נישט אײן טאָג װעט איר עסן, און נישט צװײ טעג, און נישט פֿינף טעג, און נישט צען טעג, און נישט צװאַנציק טעג; 20ביז אַ חודש צײַט, ביז װאַנען עס װעט אײַך קערן פֿון דער נאָז, און װעט אײַך זײַן צום עקל; דערפֿאַר װאָס איר האָט פֿאַראַכט ה׳ װאָס איז צװישן אײַך, און האָט געװײנט פֿאַר אים, אַזױ צו זאָגן: נאָך װאָס גאָר זײַנען מיר אַרױסגעגאַנגען פֿון מִצרַיִם? 21האָט משה געזאָגט: זעקס הונדערט טױזנט פֿוסגײער איז דאָס פֿאָלק װאָס איך בין צװישן אים, און דו זאָגסט: איך װעל זײ געבן פֿלײש, און זײ װעלן עסן אַ חודש צײַט. 22װען שאָף און רינדער זאָלן געשאָכטן װערן פֿאַר זײ, װעט זײ דען קלעקן? אַז אַלע פֿישן פֿון ים זאָלן אײַנגעזאַמלט װערן פֿאַר זײ, װעט זײ דען קלעקן? 23האָט ה׳ געזאָגט צו משהן: איז די האַנט פֿון ה׳ קורץ? אַצונד װעסטו זען, אױב מײַן װאָרט װעט דיר געשען אָדער נישט.
24איז משה אַרױסגעגאַנגען, און האָט גערעדט צום פֿאָלק די װערטער פֿון ה׳; און ער האָט אײַנגעזאַמלט זיבעציק מאַן פֿון די עלטסטע פֿון פֿאָלק, און זײ געשטעלט רונד אַרום געצעלט. 25און ה׳ האָט אַראָפּגענידערט אין דעם װאָלקן, און האָט גערעדט צו אים, און האָט גענומען פֿון דעם רוּחַ װאָס אױף אים, און געגעבן אױף די זיבעציק מאַן, די עלטסטע. און עס איז געװען, װי דער רוּחַ האָט אױף זײ גערוט, אַזױ האָבן זײ נבֿיאות געזאָגט; אָבער נישט מער.
26און צװײ מענער זײַנען איבערגעבליבן אין לאַגער, דער נאָמען פֿון אײנעם אֶלדָד, און דער נאָמען פֿון צװײטן מֵידָד; האָט אױף זײ אױך גערוט דער רוּחַ – און זײ זײַנען געװען צװישן די פֿאַרשריבענע, אָבער זײ זײַנען נישט אַרױסגעגאַנגען צום געצעלט – און זײ האָבן נבֿיאות געזאָגט אין לאַגער. 27איז געלאָפֿן דער יונג, און האָט דערצײלט משהן, און געזאָגט: אֶלדָד און מֵידָד זאָגן נבֿיאות אין לאַגער. 28האָט זיך אָפּגערופֿן יְהוֹשועַ דער זון פֿון נון, משהס באַדינער פֿון זײַן יוגנט אָן, און האָט געזאָגט: מײַן האַר משה, האַלט זײ צוריק. 29האָט משה צו אים געזאָגט: נעמסטו זיך אָן פֿאַר מיר? הלװאַי זאָל דאָס גאַנצע פֿאָלק פֿון ה׳ זײַן נבֿיאים, אַז ה׳ זאָל געבן זײַן רוּחַ אױף זײ! 30און משה איז צוריק אַרײַן אין לאַגער, ער און די עלטסטע פֿון יִשׂרָאֵל.
31און אַ װינט האָט אַרױסגעצױגן פֿון ה׳, און האָט געבראַכט צופֿליִען װאַכטלפֿױגלען פֿון ים, און האָט זײ צעװאָרפֿן לעבן לאַגער אַרום אַ טאָג װעגס פֿון אײן זײַט, און אַרום אַ טאָג װעגס פֿון דער אַנדער זײַט, רונד אַרום לאַגער, און אַרום צװײ אײלן איבערן געזיכט פֿון דער ערד. 32און דאָס פֿאָלק איז אױפֿגעשטאַנען יענעם גאַנצן טאָג, און די גאַנצע נאַכט, און דעם גאַנצן מאָרגעדיקן טאָג, און זײ האָבן אױפֿגעקליבן די װאַכטלפֿױגלען; דער װאָס האָט צומינדסט געקליבן האָט אױפֿגעקליבן צען הױפֿנס; און זײ האָבן זײ זיך אױסגעשפּרײט רונד אַרום לאַגער.
33דאָס פֿלײש איז נאָך געװען צװישן זײערע צײנער, אײדער עס איז צעקײַט געװאָרן, אַזױ האָט דער צאָרן פֿון ה׳ געגרימט אױפֿן פֿאָלק, און ה׳ האָט געשלאָגן צװישן דעם פֿאָלק זײער אַ גרױסן שלאַק. 34און מע האָט גערופֿן דעם נאָמען פֿון יענעם אָרט קִבֿרוֹת-הַתַּאֲוָה, װײַל דאָרטן האָט מען באַגראָבן דאָס פֿאָלק װאָס האָט געגלוסט.
35פֿון קִבֿרוֹת-הַתַּאֲוָה האָט דאָס פֿאָלק געצױגן קײן חַצֵרוֹת; און זײ זײַנען געבליבן אין חַצֵרוֹת.
Currently Selected:
במִדְבר יא: OYTORAH
Highlight
Copy
Compare
Share
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Tanakh,
© Artists for Israel International, 2025