וַיִּקְרָא כב
כב
1און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 2רעד צו אַהרֹנען און צו זײַנע זין, אַז זײ זאָלן זיך האַלטן אָפּגעשײדט פֿון די הײליקע זאַכן פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, װאָס זײ הײליקן צו מיר, און זײ זאָלן נישט פֿאַרשװעכן מײַן הײליקן נאָמען: איך בין ה׳.
3זאָג צו זײ: איטלעכער מאַן פֿון אַל אײַער זאָמען אױף אײַערע דור-דורות װאָס װעט גענענען צו די הײליקע זאַכן, װאָס די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל װעלן הײליקן צו ה׳, מיט זײַן אומרײנקײט אױף אים, יענע זעל זאָל פֿאַרשניטן װערן פֿון פֿאַר מיר: איך בין ה׳. 4יעטװעדער מאַן פֿון דעם זאָמען פֿון אַהרֹן װאָס איז אַ מצוֹרע אָדער אַ פֿלוסיקער, טאָר פֿון די הײליקע זאַכן נישט עסן, ביז ער װעט רײן װערן. און דער װאָס רירט זיך אָן אָן עמיצן װאָס איז אומרײן פֿון אַ טױטן; אָדער אַ מאַן װאָס פֿון אים װעט אַרױסגײן אַ פֿלוס פֿון זאָמען; 5אָדער אַ מאַן װאָס װעט זיך אָנרירן אָן װאָסער עס איז שרץ װאָס מע װערט פֿון אים אומרײן, אָדער אָן אַ מענטשן װאָס מע װערט פֿון אים אומרײן, װאָס נאָר זײַן אומרײנקײט איז – 6דער מענטש װאָס װעט זיך אָנרירן אָן זײ, זאָל זײַן אומרײן ביזן אָװנט, און ער זאָל נישט עסן פֿון די הײליקע זאַכן, סײַדן ער האָט געבאָדן זײַן לײַב אין װאַסער. 7און אַז די זון װעט אונטערגײן, זאָל ער זײַן רײן, און דערנאָך מעג ער עסן פֿון די הײליקע זאַכן, װאָרעם דאָס איז זײַן ברױט. 8געפֿאַלנס און פֿאַרצוקטס זאָל ער נישט עסן, צו װערן אומרײן דערמיט: איך בין ה׳. 9און זײ זאָלן היטן מײַן היטונג, כּדי זײ זאָלן נישט טראָגן װעגן דעם אַ זינד און שטאַרבן דורך דעם, אַז זײ װעלן עס פֿאַרשװעכן: איך ה׳ הײליק זײ. 10און קײן פֿרעמדער טאָר נישט עסן הײליקס; אַ װױנער בײַ אַ כּהן, אָדער אַ געדונגענער, טאָר נישט עסן הײליקס. 11און אַז אַ כּהן װעט קױפֿן עמיצן אין אײַנקױף פֿאַר זײַן געלט, מעג ער עסן דערפֿון; און די װאָס זײַנען געבאָרן אין זײַן הױז, זײ מעגן עסן פֿון זײַן ברױט. 12און די טאָכטער פֿון אַ כּהן אַז זי װעט נעמען אַ מאַן אַ פֿרעמדן, טאָר זי פֿון דער הײליקער אָפּשײדונג נישט עסן. 13אָבער די טאָכטער פֿון אַ כּהן, אַז זי װעט װערן אַן אַלמנה, אָדער אַ גרושה, און קײן קינדער האָט זי נישט, און זי װעט זיך אומקערן צו איר פֿאָטערס הױז אַזױ װי אין איר יוגנט, מעג זי עסן פֿון איר פֿאָטערס ברױט; אָבער קײן פֿרעמדער טאָר דערפֿון נישט עסן. 14און אַז עמיצער װעט עסן הײליקס דורך אַ פֿאַרזע, זאָל ער צולײגן דערצו אַ פֿינפֿטל דערפֿון, און אָפּצאָלן דאָס הײליקע צום כּהן. 15און זײ זאָלן נישט פֿאַרשװעכן די הײליקע זאַכן פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, װאָס זײ שײדן אָפּ צו ה׳, 16און זײ מאַכן טראָגן אַ זינד פֿון פֿאַרשולדיקונג, אַז זײ װעלן עסן זײערע הײליקע זאַכן; װאָרעם איך ה׳ הײליק זײ.
17און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 18רעד צו אַהרֹנען און צו זײַנע זין, און צו אַלע קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַז עמיצער אַ מאַן פֿון דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל, אָדער פֿון דעם פֿרעמדן אין יִשׂרָאֵל, װעט ברענגען זײַן קָרבָּן, פֿון אַלע זײערע נדרים, אָדער פֿון אַלע זײערע פֿרײַװיליקע נדבֿה, װאָס זײ װעלן ברענגען צו ה׳ פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער, 19כּדי איר זאָלט באַװיליקט װערן, מוז עס זײַן אַ זָכר אָן אַ פֿעלער, פֿון רינדער, פֿון שעפּסן, אָדער פֿון ציגן. 20קײנס װאָס אין אים איז דאָ אַ מום זאָלט איר נישט ברענגען, װאָרעם עס װעט אײַך נישט זײַן צו באַװיליקונג. 21און אַז אַ מאַן װעט ברענגען אַ פֿרידאָפּפֿער צו ה׳, לױט אַ קלאָר אַרױסגערעדטן נדר, אָדער פֿאַר אַ פֿרײַװיליקע נדבֿה, פֿון רינדער, אָדער פֿון שאָף, מוז עס זײַן נישט געפֿעלערט, כּדי באַװיליקט צו װערן; קײן מום זאָל אין אים נישט זײַן. 22אַ בלינדס, אָדער אַ געשעדיקטס, אָדער אַ פֿאַרקריפּלטס, אָדער מיט אַ גוז, אָדער מיט טרוקענע קרעץ, אָדער פֿײַכטע קרעץ – די דאָזיקע זאָלט איר נישט ברענגען צו ה׳, און נישט מאַכן פֿון זײ אַ פֿײַעראָפּפֿער אױפֿן מזבח צו ה׳. 23און אַן אָקס אָדער אַ לאַם מיט אײן גליד צו לאַנג אָדער צו קורץ, דאָס מעגסטו מאַכן אַ פֿרײַװיליקע נדבֿה, אָבער פֿאַר אַ נדר װעט עס נישט באַװיליקט װערן. 24און אַזאַ װאָס זײַנע געשלעכטגלידער זײַנען צעדריקט, אָדער צעהאַקט, אָדער אָנגעריסן, אָדער אױסגעשניטן, זאָלט איר נישט ברענגען צו ה׳; און איר זאָלט אין אײַער לאַנד נישט מאַכן אַזױ-װאָס. 25אַפֿילו פֿון דער האַנט פֿון אַ פֿרעמדן זאָלט איר נישט ברענגען די שפּײַז פֿון אלוקיכם פֿון אַלע די דאָזיקע, װאָרעם זײער פֿאַרדאַרבונג איז אין זײ, אַ מום איז אין זײ; זײ װעלן נישט באַװיליקט װערן פֿון אײַך.
26און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן:
27אַ רינד, אָדער אַ שעפּס, אָדער אַ ציג, אַז עס װעט געבאָרן װערן, זאָל עס זיבן טעג זײַן אונטער זײַן מוטער, און פֿון אַכטן טאָג אָן און װײַטער װעט עס באַװיליקט װערן פֿאַר אַ קָרבָּן, אַ פֿײַעראָפּפֿער צו ה׳. 28און אַ רינד צי אַ שאָף, זאָלט איר עס נישט שעכטן אין אײן טאָג מיט זײַן קינד. 29און אַז איר װעט שלאַכטן אַ דאַנקאָפּפֿער צו ה׳, זאָלט איר עס שלאַכטן אַז איר זאָלט באַװיליקט װערן. 30אין דעם אײגענעם טאָג זאָל עס געגעסן װערן; איר זאָלט נישט איבערלאָזן דערפֿון ביז אין דער פֿרי: איך בין ה׳. 31און איר זאָלט היטן מײַנע געבאָט און זײ טאָן: איך בין ה׳. 32און איר זאָלט נישט פֿאַרשװעכן מײַן הײליקן נאָמען, כּדי איך זאָל זײַן געהײליקט צװישן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל: איך בין ה׳ װאָס הײליקט אײַך; 33דער װאָס האָט אײַך אַרױסגעצױגן פֿון דעם לאַנד מִצרַיִם, צו זײַן צו אײַך אלֹקים: איך בין ה׳.
Currently Selected:
וַיִּקְרָא כב: OYTORAH
Highlight
Copy
Compare
Share
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Tanakh,
© Artists for Israel International, 2025