YouVersion Logo
Search Icon

וַיִּקְרָא כג

כג
1און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 2רעד צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און זאָלסט זאָגן צו זײ: די יוֹם-טובֿים פֿון ה׳ װאָס איר זאָלט זײ אױסרופֿן פֿאַר הײליקע פֿאַרזאַמלונגע – דאָס זײַנען מײַנע יוֹם-טובֿים: 3זעקס טעג זאָל געטאָן װערן אַרבעט, אָבער אױפֿן זיבעטן טאָג איז אַ שבת פֿון רוּונג, אַ הײליקע פֿאַרזאַמלונגע; קײן אַרבעט זאָלט איר נישט טאָן; דאָס איז שבת צו ה׳ אין אַלע אײַערע װױנערטער.
4דאָס זײַנען די יוֹם-טובֿים פֿון ה׳, די הײליקע פֿאַרזאַמלונגען, װאָס איר זאָלט זײ אױסרופֿן אין זײער געשטעלטער צײַט. 5אין ערשטן חודש, אין פֿערצנטן טאָג פֿון חודש, אַקעגן אָװנט, איז דער קָרבָּן-פֶּסַח צו ה׳. 6און אױפֿן פֿופֿצנטן טאָג פֿון דעם דאָזיקן חודש, איז דער יוֹם-טובֿ פֿון מַצות צו ה׳; זיבן טעג זאָלט איר עסן מַצות.
7אין ערשטן טאָג זאָל אַ הײליקע פֿאַרזאַמלונגע זײַן בײַ אײַך; קײן דינסטאַרבעט זאָלט איר נישט טאָן. 8און איר זאָלט ברענגען אַ פֿײַעראָפּפֿער צו ה׳ זיבן טעג; אױפֿן זיבעטן טאָג איז אַ הײליקע פֿאַרזאַמלונגע; קײן דינסטאַרבעט זאָלט איר נישט טאָן.
9און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 10רעד צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַז איר װעט קומען אין דעם לאַנד װאָס איך גיב אײַך, און איר װעט שנײַדן איר שניט, זאָלט איר ברענגען אַ גאַרב פֿון אײַער ערשטן שניט צום כּהן. 11און ער זאָל אױפֿהײבן די גאַרב פֿאַר ה׳, פֿאַר אײַער אָננעמונג; אױף מאָרגן נאָך דעם רוּטאָג זאָל זי דער כּהן אױפֿהײבן. 12און איר זאָלט מאַכן, אין דעם טאָג װאָס איר הײבט אױף די גאַרב, אַ שעפּס אָן אַ פֿעלער, אַ יאָריקן, פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער צו ה׳; 13און אַ שפּײַזאָפּפֿער דערצו, צװײ צענטל זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, אַ פֿײַעראָפּפֿער צו ה׳ פֿאַר אַ געשמאַקן ריח; און אַ גיסאָפּפֿער דערצו, װײַן אַ פֿערטל הין. 14און ברױט, און געברענטע קערנער, און פֿריש זאַנגען, זאָלט איר נישט עסן ביז דעם דאָזיקן אײגענעם טאָג, ביז איר ברענגט דעם קָרבָּן פֿון אלוקיכם; אַן אײביק געזעץ אױף אײַערע דור-דורות אין אַלע אײַערע װױנערטער.
15און איר זאָלט אײַך צײלן פֿון אױף מאָרגן נאָך דעם רוטאָג, פֿון דעם טאָג װאָס איר ברענגט די גאַרב פֿון אױפֿהײבונג; זיבן גאַנצע װאָכן זאָלן עס זײַן; 16ביז אױף מאָרגן נאָך דער זיבעטער װאָך זאָלט איר אָפּצײלן פֿופֿציק טעג, און ברענגען אַ שפּײַזאָפּפֿער פֿון דער נײַער תּבֿואה צו ה׳. 17איר זאָלט ברענגען פֿון אײַערע װױנערטער צװײ ברױטן פֿאַר אַן אױפֿהײבונג; פֿון צװײ צענטל זעמלמעל זאָלן זײ זײַן, געזײַערט זאָלן זײ געבאַקט װערן, אַן ערשטגאָב צו ה׳. 18און איר זאָלט ברענגען מיטן ברױט זיבן שעפּסן יאָריקע אָן אַ פֿעלער, און אײן יונגן אָקס, און צװײ װידערס; זײ זאָלן זײַן אַ בראַנדאָפּפֿער צו ה׳, מיט זײערע שפּײַזאָפּפֿער און זײערע גיסאָפּפֿער – אַ פֿײַעראָפּפֿער פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו ה׳. 19און איר זאָלט מאַכן אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער, און צװײ שעפּסן יאָריקע פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער. 20און דער כּהן זאָל זײ אױפֿהײבן מיט דעם ברױט פֿון דעם ערשטצײַטיקן, אַן אױפֿהײבונג פֿאַר ה׳, מיט די צװײ שעפּסן; הײליק זאָלן זײ זײַן צו ה׳, פֿאַרן כּהן. 21און איר זאָלט מאַכן אַן אױסרופֿונג אין דעם דאָזיקן אײגענעם טאָג; אַ הײליקע פֿאַרזאַמלונגע זאָל זײַן בײַ אײַך; קײן דינסטאַרבעט זאָלט איר נישט טאָן. אַן אײביק געזעץ אין אַלע אײַערע װױנערטער אױף אײַערע דור-דורות.
22און אַז איר שנײַדט דעם שניט פֿון אײַער לאַנד, זאָלסטו נישט דערענדיקן דעם עק פֿון דײַן פֿעלד בײַ דײַן שנײַדן, און דעם נאָכקלײַב פֿון דײַן שניט זאָלסטו נישט נאָכקלײַבן; פֿאַרן אָרעמאַן און פֿאַרן פֿרעמדן זאָלסטו זײ איבערלאָזן: איך בין ה׳ אלוקיכם.
23און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 24רעד צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, אַזױ צו זאָגן: אין זיבעטן חודש, אין ערשטן טאָג פֿון חודש, זאָל זײַן בײַ אײַך אַ רואונג, אַ דערמאָנונג דורך שאַלונג, אַ הײליקע פֿאַרזאַמלונגע. 25קײן דינסטאַרבעט זאָלט איר נישט טאָן, און איר זאָלט ברענגען אַ פֿײַעראָפּפֿער צו ה׳.
26און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן:
27אָבער אין צענטן טאָג פֿון דעם דאָזיקן זיבעטן חודש איז דער טאָג פֿון פֿאַרגעבונג; אַ הײליקע פֿאַרזאַמלונגע זאָל זײַן בײַ אײַך, און איר זאָלט פּײַניקן אײַער זעל, און ברענגען אַ פֿײַעראָפּפֿער צו ה׳.
28און קײן אַרבעט זאָלט איר נישט טאָן אין דעם דאָזיקן אײגענעם טאָג, װײַל אַ טאָג פֿון פֿאַרגעבונג איז דאָס, מכַפּר צו זײַן אױף אײַך פֿאַר ה׳ אלוקיכם. 29װאָרעם יעטװעדער זעל װאָס װעט זיך נישט פּײַניקן אין דעם דאָזיקן אײגענעם טאָג, זאָל פֿאַרשניטן װערן פֿון איר פֿאָלק. 30און יעטװעדער מענטש װאָס װעט טאָן עפּעס אַן אַרבעט אין דעם דאָזיקן אײגענעם טאָג, יענע זעל װעל איך אונטערברענגען פֿון צװישן איר פֿאָלק. 31קײן אַרבעט זאָלט איר נישט טאָן; אַן אײביק געזעץ אױף אײַערע דור-דורות אין אַלע אײַערע װױנערטער. 32אַ שבת פֿון רואונג איז עס פֿאַר אײַך; און איר זאָלט פּײַניקן אײַער זעל; אין נײַנטן טאָג פֿון חודש אין אָװנט, פֿון אָװנט ביז אָװנט, זאָלט איר האַלטן אײַער שבת.
33און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 34רעד צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, אַזױ צו זאָגן: אין פֿופֿצנטן טאָג פֿון דעם דאָזיקן זיבעטן חודש איז דער יוֹם-טובֿ פֿון סוכּוֹת זיבן טעג צו ה׳. 35אין ערשטן טאָג איז אַ הײליקע פֿאַרזאַמלונגע; קײן דינסטאַרבעט זאָלט איר נישט טאָן. 36זיבן טעג זאָלט איר ברענגען אַ פֿײַעראָפּפֿער צו ה׳; אױפֿן אַכטן טאָג זאָל אַ הײליקע פֿאַרזאַמלונגע זײַן בײַ אײַך, און איר זאָלט ברענגען אַ פֿײַעראָפּפֿער צו ה׳; אַ הײליקע אײַנזאַמלונג איז דאָס; קײן דינסטאַרבעט זאָלט איר נישט טאָן.
37דאָס זײַנען די יוֹם-טובֿים פֿון ה׳, װאָס איר זאָלט זײ אױסרופֿן פֿאַר הײליקע פֿאַרזאַמלונגען, צו ברענגען אַ פֿײַעראָפּפֿער צו ה׳, אַ בראַנדאָפּפֿער, און אַ שפּײַזאָפּפֿער, אַ שלאַכטאָפּפֿער, און גיסאָפּפֿער; װאָס פֿאַר איטלעכן טאָג, אין זײַן טאָג. 38אַחוץ די שבתים פֿון ה׳, און אַחוץ אײַערע גאָבן, און אַחוץ אַלע אײַערע נדרים, און אַחוץ אַלע אײַערע נדבֿות, װאָס איר װעט געבן צו ה׳.
39אָבער אין דעם פֿופֿצנטן טאָג פֿון זיבעטן חודש, װען איר זאַמלט אײַן דעם אײַנטראָג פֿון לאַנד, זאָלט איר פֿײַערן דעם פֿײַערטאָג פֿון ה׳ זיבן טעג; אין ערשטן טאָג זאָל זײַן אַ רואונג, און אױפֿן אַכטן טאָג אַ רואונג. 40און איר זאָלט אײַך נעמען אין ערשטן טאָג פֿרוכט פֿון אַ שײנעם בױם, טײטלבלעטער, און צװײַגן פֿון אַ געדיכטן בױם, און װערבעס פֿון טײַך, און איר זאָלט זיך פֿרײען פֿאַר ה׳ אלוקיכם זיבן טעג. 41און איר זאָלט עס פֿײַערן אַ פֿײַערטאָג צו ה׳ זיבן טעג אין יאָר; אַן אײביק געזעץ אױף אײַערע דור-דורות; אין זיבעטן חודש זאָלט איר עס פֿײַערן. 42אין סוכּוֹת זאָלט איר זיצן זיבן טעג; אַלע אײַנגעבאָרענע אין יִשׂרָאֵל זאָלן זיצן אין סוכּוֹת. 43כּדי אײַערע דור-דורות זאָלן װיסן, אַז אין בײַדלעך האָב איך געמאַכט זיצן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, װען איך האָב זײ אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מִצרַיִם: איך בין ה׳ אלוקיכם.
44און משה האָט אָנגעזאָגט די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל די יוֹם-טובֿים פֿון ה׳.

Highlight

Copy

Compare

Share

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in