וַיִּקְרָא כא
כא
אֱמוֹר
1און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן: רעד צו די כּהנים, די זין פֿון אַהרֹנען, און זאָלסט זאָגן צו זײ: קײנער זאָל זיך נישט פֿאַראומרײניקן אָן אַ טױטן צװישן זײַן פֿאָלק; 2סײַדן אָן זײַנעם אַ לײַב-קרוב װאָס איז נאָנט צו אים, אָן זײַן מוטער, און אָן זײַן פֿאָטער, און אָן זײַן זון, און אָן זײַן טאָכטער, און אָן זײַן ברודער; 3און אָן זײַן שװעסטער אַ יונגפֿרױ, װאָס איז נאָנט צו אים, װאָס האָט נאָך נישט געהאַט אַ מאַן – אָן איר מעג ער זיך פֿאַראומרײניקן. 4דער האַר צװישן זײַן פֿאָלק טאָר זיך נישט פֿאַראומרײניקן זיך צו פֿאַרשװעכן. 5זײ זאָלן נישט מאַכן אַ פּליך אױף זײער קאָפּ, און די ברעגן פֿון זײער באָרד זאָלן זײ נישט אָפּגאָלן, און אױף זײער לײַב זאָלן זײ נישט אײַנשנײַדן אַן אײַנשנײַדונג. 6הײליק זאָלן זײ זײַן צו זײער ג-ט, און זײ זאָלן נישט פֿאַרשװעכן דעם נאָמען פֿון זײער ג-ט, װאָרעם די פֿײַעראָפּפֿער פֿון ה׳, די שפּײַז פֿון זײער ג-ט, זײַנען זײ מקריבֿ, דערום מוזן זײ זײַן הײליק.
7אַ װײַב אַ זוֹנה אָדער אַ פֿאַרשװעכטע זאָלן זײ נישט נעמען, און אַ װײַב געגֶט פֿון איר מאַן זאָלן זײ נישט נעמען; װאָרעם ער איז הײליק צו זײַן ג-ט. 8און זאָלסט אים האַלטן הײליק, װאָרעם די שפּײַז פֿון דײַן ג-ט איז ער מקריבֿ; הײליק זאָל ער דיר זײַן, װאָרעם הײליק בין איך ה׳, װאָס הײליק אײַך.
9און די טאָכטער פֿון אַ מאַן אַ כּהן, אַז זי װעט זיך פֿאַרשװעכן מזַנה צו זײַן, פֿאַרשװעכט זי איר פֿאָטער; אין פֿײַער זאָל זי פֿאַרברענט װערן.
10און דער כּהן װאָס איז דער גרעסטער פֿון זײַנע ברידער, װאָס אױף זײַן קאָפּ איז אַרױפֿגעגאָסן געװאָרן דאָס אײל פֿון זאַלבונג, און מע האָט דערפֿילט זײַן האַנט אָנצוטאָן די קלײדער, זאָל נישט לאָזן פֿאַרװאַקסן זײַן קאָפּ, און נישט אײַנרײַסן זײַנע קלײדער; 11און צו קײן לײַב פֿון אַ מת זאָל ער נישט צוגײן; אַפֿילו אָן זײַן פֿאָטער און אָן זײַן מוטער זאָל ער זיך נישט פֿאַראומרײניקן. 12און פֿון מִקדָש זאָל ער נישט אַרױסגײן, און נישט פֿאַרשװעכן דאָס מִקדָש פֿון זײַן ג-ט, װאָרעם די קרױן פֿון דעם אײל פֿון ג-טס זאַלבונג איז אױף אים: איך בין ה׳. 13און אַ װײַב אין איר יונגפֿרױשאַפֿט זאָל ער נעמען. 14אַן אַלמנה, אָדער אַ גרושה, אָדער אַ פֿאַרשװעכטע, אַ זוֹנה, די דאָזיקע זאָל ער נישט נעמען; נאָר בלױז אַ יונגפֿרױ פֿון זײַן פֿאָלק זאָל ער נעמען פֿאַר אַ װײַב. 15און ער זאָל נישט פֿאַרשװעכן זײַן זאָמען צװישן זײַן פֿאָלק, װאָרעם איך ה׳ הײליק אים.
16און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 17רעד צו אַהרֹנען, אַזױ צו זאָגן: איטלעכער פֿון דײַן זאָמען אױף זײערע דור-דורות, װאָס אין אים װעט זײַן אַ מום, זאָל נישט גענענען מקריבֿ צו זײַן די שפּײַז פֿון זײַן ג-ט. 18װאָרעם איטלעכער מאַן װאָס אין אים איז דאָ אַ מום, טאָר נישט גענענען: אַ מאַן אַ בלינדער, אָדער אַ הינקעדיקער, אָדער מיט אַן אײַנגעפֿאַלענער נאָז, אָדער מיט אײן גליד צו לאַנג, 19אָדער אַ מאַן װאָס בײַ אים װעט זײַן צעבראָכן אַ פֿוס, אָדער צעבראָכן אַ האַנט, 20אָדער אַ הױקער, אָדער אַ קאַרליק, אָדער מיט אַ פֿלעק אױף זײַן אױג, אָדער מיט טרוקענע קרעץ, אָדער פֿײַכטע קרעץ, אָדער אַ געבריכטער. 21איטלעכער מאַן פֿון דעם זאָמען פֿון אַהרֹן דעם כּהן, װאָס אין אים איז דאָ אַ מום, זאָל נישט גענענען מקריבֿ צו זײַן די פֿײַעראָפּפֿער פֿון ה׳; אַ מום איז דאָ אין אים, טאָר ער נישט גענענען מקריבֿ צו זײַן די שפּײַז פֿון זײַן ג-ט. 22די שפּײַז פֿון זײַן ג-ט, פֿון הײליקסטן הײליקן אַזױ װי פֿון הײליקן, מעג ער עסן. 23אָבער צום פָּרוֹכֶת טאָר ער נישט קומען, און צום מזבח טאָר ער נישט גענענען, װײַל אַ מום איז דאָ אין אים; און ער זאָל נישט פֿאַרשװעכן מײַנע מִקדָש, װאָרעם איך ה׳ הײליק זײ.
24און משה האָט דאָס גערעדט צו אַהרֹנען, און צו זײַנע זין, און צו אַלע קינדער פֿון יִשׂרָאֵל.
Currently Selected:
וַיִּקְרָא כא: OYTORAH
Highlight
Copy
Compare
Share
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Tanakh,
© Artists for Israel International, 2025