Bible App logo
Search Icon

דְבָֿרִים טו

טו
1צום סוף פֿון אַלע זיבן יאָר זאָלסטו מאַכן שמיטה. 2און דאָס איז דער דין פֿון שמיטה: יעטװעדער בַעַל-חובֿ זאָל אָפּלאָזן װאָס ער האָט געליען זײַן חבֿר; ער זאָל נישט מאָנען פֿון זײַן חבֿר און זײַן ברודער, װען מע האָט אױסגערופֿן שמיטה צו ה׳.
3פֿון דעם פֿרעמדן מעגסטו מאָנען, אָבער פֿון װאָס דיר קומט בײַ דײַן חבֿר זאָלסטו אָפּלאָזן דײַן האַנט. 4פֿון דעסטװעגן װעט נישט זײַן בײַ דיר אַן אבֿיון, װאָרעם בענטשן װעט דיך ג-ט בענטשן אין דעם לאַנד װאָס ה׳ דײַן ג-ט גיט דיר פֿאַר אַ נחלה, עס צו אַרבן; 5אױב נאָר צוהערן װעסטו צוהערן צו דעם קֹול פֿון ה׳ דײַן ג-ט, צו היטן צו טאָן אַל דאָס דאָזיקע געבאָט װאָס איך געביט דיר הײַנט. 6װאָרעם ה׳ דײַן ג-ט װעט דיך בענטשן אַזױ װי ער האָט דיר צוגעזאָגט, און װעסט אַנטלײַען צו פֿיל פֿעלקער, און דו אַלײן װעסט נישט לײַען, און װעסט געװעלטיקן איבער פֿיל פֿעלקער, און איבער דיר װעט מען נישט געװעלטיקן.
7אַז בײַ דיר װעט זײַן אַן אבֿיון, אײנער פֿון דײַנע ברידער, אין אײנעם פֿון דײַנע טױערן, אין דײַן לאַנד װאָס ה׳ דײַן ג-ט גיט דיר, זאָלסטו נישט האַרט מאַכן דײַן האַרץ, און נישט צודריקן דײַן האַנט פֿאַר דײַן ברודער דעם אבֿיון. 8נײַערט עפֿענען זאָלסטו אים עפֿענען דײַן האַנט, און אַנטלײַען זאָלסטו אים אַנטלײַען גענוג פֿאַר זײַן באַדערפֿעניש װאָס ער באַדאַרף. 9היט דיך, עס זאָל נישט זײַן אין דײַן האַרצן אַ בײזער געדאַנקען, אַזױ צו זאָגן: דאָס זיבעטע יאָר, דאָס יאָר פֿון שמיטה, דערנענטערט זיך; און דײַן אױג װעט זײַן שלעכט צו דײַן ברודער דעם אבֿיון, און װעסט אים נישט געבן, און ער װעט רופֿן איבער דיר צו ה׳, און אױף דיר װעט זײַן אַ זינד. 10געבן זאָלסטו אים געבן, און דײַן האַרץ זאָל נישט פֿאַרדריסן װען דו גיסט אים, װאָרעם פֿון װעגן דער דאָזיקער זאַך װעט דיך ה׳ דײַן ג-ט בענטשן אין אַלץ װאָס דו טוסט, און אין אַלץ צו װאָס דײַן האַנט נעמט זיך.
11װאָרעם עס װעט נישט אױסגײן אַן אבֿיון פֿון לאַנד; דערום באַפֿעל איך דיר, אַזױ צו זאָגן: עפֿענען זאָלסטו עפֿענען דײַן האַנט צו דײַן ברודער, צו דײַן אָרעמאַן און צו דײַן אבֿיון אין דײַן לאַנד.
12אַז דײַן ברודער, אײן עבֿרי, אָדער אײנע איבֿרישע, װעט זיך פֿאַרקױפֿן צו דיר, זאָל ער דיר דינען זעקס יאָר, און אױפֿן זיבעטן זאָלסטו אים אַרױסלאָזן פֿרײַ פֿון דיר. 13און אַז דו לאָזט אים אַרױס פֿרײַ פֿון דיר, זאָלסטו אים נישט אַרױסלאָזן מיט לײדיקן; 14באַשענקען זאָלסטו אים באַשענקען פֿון דײַנע שאָף, און פֿון דײַן דרעש-שײַער, און פֿון דײַן קעלטער; מיט װאָס ה׳ דײַן ג-ט האָט דיך געבענטשט, דערפֿון זאָלסטו אים געבן. 15און זאָלסט געדענקען אַז אַ קנעכט ביסטו געװען אין לאַנד מִצרַיִם, און ה׳ דײַן ג-ט האָט דיך אױסגעלײזט; דערום באַפֿעל איך דיר הײַנט די דאָזיקע זאַך. 16און עס װעט זײַן, אַז ער װעט זאָגן צו דיר: איך װיל נישט אַװעקגײן פֿון דיר; װײַל ער האָט ליב דיך און דײַן הױזגעזינט, װאָרעם אים איז גוט בײַ דיר, 17זאָלסטו נעמען אַן נאָל, און דורכשטעכן זײַן אױער ביז אין טיר, און ער זאָל דיר זײַן אַן אײביקער קנעכט; און אױך צו דײַן דינסט זאָלסטו טאָן אַזױ. 18עס זאָל נישט שװער זײַן אין דײַנע אױגן, װען דו לאָזט אים אַרױס פֿרײַ פֿון דיר, װאָרעם טאָפּל װי פֿאַר דעם לױן פֿון אַ לױנאַרבעטער האָט ער דיר געדינט זעקס יאָר; און ה׳ דײַן ג-ט װעט דיך בענטשן אין אַלץ װאָס דו װעסט טאָן.
19יעטװעדער ערשטלינג אַ זָכר װאָס װעט געבאָרן װערן צװישן דײַנע רינדער און צװישן דײַנע שאָף, זאָלסטו הײליקן צו ה׳ דײַן ג-ט; זאָלסט נישט אַרבעטן מיט דעם בכוֹר פֿון דײַנע אָקסן, און נישט שערן דעם בכוֹר פֿון דײַנע שאָף. 20פֿאַר ה׳ דײַן ג-ט זאָלסטו אים עסן יאָר אין יאָר, אין דעם אָרט װאָס ג-ט װעט אױסדערװײלן, דו און דײַן הױזגעזינט. 21און אױב ער װעט זײַן מיט אַ מום, אַ הינקעדיקער, אָדער אַ בלינדער – מיט װאָסער עס איז בײזן מום, זאָלסטו אים נישט שלאַכטן צו ה׳ דײַן ג-ט. 22אין דײַנע טױערן זאָלסטו אים עסן, דער אומרײנער אין אײנעם מיט דעם רײנעם, אַזױ װי אַ הירש און װי אַ הינד. 23נאָר זײַן בלוט זאָלסטו נישט עסן; אױף דער ערד זאָלסטו עס אױסגיסן אַזױ װי װאַסער.

Highlight

Copy

Compare

Share

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in