Bible App logo
Search Icon

דְבָֿרִים יד

יד
1קינדער זײַט איר צו ה׳ אלוקיכם; איר זאָלט אײַך נישט אײַנשנײַדן, און נישט מאַכן אַ פּליך צװישן אײַערע אױגן, נאָך אַ טױטן. 2װאָרעם אַ הײליק פֿאָלק ביסטו בײַ ה׳ דײַן ג-ט, און דיך האָט ג-ט אױסדערװײלט אים צו זײַן פֿאַר אַן אײגן פֿאָלק, פֿון אַלע פֿעלקער װאָס אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד.
3זאָלסט נישט עסן קײן אומװערדיקײט. 4דאָס זײַנען די בהמות װאָס איר מעגט עסן: אַן אָקס, אַ שעפּס, און אַ ציג, 5אַ הינד, און אַ הירש, און אַ דאַמהירש, און אַ שטײנבאָק, און אַ גאַזעל, און אַ װילדציג, און אַ באַרגשעפּס. 6און איטלעכע בהמה װאָס איז באַקלױט מיט קלױען, און זײ זײַנען בײַ איר צעשפּאָלטן אױף צװײ קלױען, װאָס איז מַעֲלֵה-גֵרֶה צװישן בהמות, זי מעגט איר עסן.
7אָבער די דאָזיקע טאָרט איר נישט עסן פֿון די װאָס זײַנען מַעֲלֵה-גֵרֶה, און פֿון די װאָס זײַנען באַקלױט מיט צעשפּאָלטענע קלױען: דעם קעמל, און דעם האָז, און דעם קיניגל, װײַל מַעֲלֵה-גֵרֶה זײַנען זײ, אָבער מיט קלױען זײַנען זײ נישט באַקלױט; זײ זײַנען אומרײן פֿאַר אײַך. 8און דעם חזיר, װײַל באַקלױט מיט קלױען איז ער, אָבער נישט מַעֲלֵה-גֵרֶה; ער איז אומרײן פֿאַר אײַך. פֿון זײער פֿלײש טאָרט איר נישט עסן, און אָן זײער *נבֿלה טאָרט איר זיך נישט אָנרירן.
9די דאָזיקע מעגט איר עסן פֿון אַלץ װאָס אין װאַסער: אַלץ װאָס האָט פֿלוספֿעדערן און שופּן מעגט איר עסן; 10און אַלץ װאָס האָט נישט פֿלוספֿעדערן און שופּן טאָרט איר נישט עסן; דאָס איז אומרײן פֿאַר אײַך.
11יעטװעדער רײנעם עוף מעגט איר עסן. 12און דאָס זײַנען די װאָס איר טאָרט פֿון זײ נישט עסן: דער אָדלער, און דער בײנברעכער, און דער שװאַרצאָדלער; 13און די װײ, און דער פֿאַלקפֿױגל, און דער האַביך לױט זײַנע מינים; 14און יעטװעדער ראָב לױט זײַנע מינים;
15און דער שטרױספֿױגל, און דער נאַכטשפּאַרבער, און דער ים-פֿױגל, און דער שפּאַרבער לױט זײַנע מינים; 16די אײַל, און די שטאָקאײַל, און דער אוהו; 17און דער פּעליקאַן, און דער גײַער, און דער פֿישפֿרעסער; 18און דער שטאָרך, און דער בושל לױט זײַנע מינים, און דער אױערהאָן, און די פֿלעדערמױז. 19און יעטװעדער געפֿליגלטע װידמענונג איז אומרײן פֿאַר אײַך; זײ טאָרן נישט געגעסן װערן. 20יעטװעדער רײנעם עוף מעגט איר עסן.
21איר זאָלט נישט עסן קײן *נבֿלה; דעם אײַנגעװאַנדערטן װאָס אין דײַנע טױערן מעגסטו עס אַװעקגעבן, ער זאָל עס עסן; אָדער פֿאַרקױפֿן צו אַ פֿרעמדן; װאָרעם אַ הײליק פֿאָלק ביסטו בײַ ה׳ דײַן ג-ט. זאָלסט נישט קאָכן אַ ציקעלע אין זײַן מוטערס מילך.
22מעשׂרן זאָלסטו מעשׂרן דעם גאַנצן אײַנטראָג פֿון דײַן זריעה, װאָס קומט אַרױס פֿון דײַן פֿעלד יאָריערלעך. 23און זאָלסט עסן פֿאַר ה׳ דײַן ג-ט, אין דעם אָרט װאָס ער װעט אױסדערװײלן צו מאַכן רוען זײַן נאָמען דאָרטן, דעם מעשׂר פֿון דײַן תּבֿואה, פֿון דײַן װײַן, און פֿון דײַן אײל, און די ערשטלינגען פֿון דײַנע רינדער און דײַנע שאָף, כּדי זאָלסט לערנען מורא צו האָבן פֿאַר ה׳ דײַן ג-ט אַלע טעג. 24און אױב דער װעג װעט זײַן צו פֿיל פֿאַר דיר, אױב דו װעסט עס נישט קענען אַװעקטראָגן, װײַל דער אָרט װאָס ה׳ דײַן ג-ט װעט אים אױסדערװײלן צו טאָן זײַן נאָמען דאָרטן, װעט זײַן צו װײַט פֿאַר דיר, אַז ה׳ דײַן ג-ט װעט דיך בענטשן, 25זאָלסטו עס מאַכן צו געלט, און נעמען דאָס געלט אײַנגעבונדן אין דײַן האַנט, און גײן צו דעם אָרט װאָס ה׳ דײַן ג-ט װעט אים אױסדערװײלן;
26און זאָלסט אױסגעבן דאָס געלט אױף אַלץ װאָס דײַן האַרץ װעט געלוסטן, אױף רינדער און אױף שאָף און אױף װײַן און אױף געטראַנק, און אױף אַלץ װאָס דײַן האַרץ פֿאַרלאַנגט דיר; און זאָלסט דאָרטן עסן פֿאַר ה׳ דײַן ג-ט, און זיך פֿרײען, דו און דײַן הױזגעזינט. 27און דעם לֵוִי װאָס אין דײַנע טױערן, אים זאָלסטו נישט פֿאַרלאָזן, װאָרעם ער האָט נישט קײן חלק און קײן נחלה בײַ דיר.
28צום סוף פֿון אַלע דרײַ יאָר – אין יענעם יאָר זאָלסטו אַרױסטראָגן דעם גאַנצן מעשׂר פֿון דײַן תּבֿואה, און אַװעקלײגן אין דײַנע טױערן. 29און עס זאָל קומען דער לֵוִי, װײַל ער האָט נישט קײן חלק און קײן נחלה בײַ דיר, און דער פֿרעמדער, און דער יתום, און די אַלמנה, װאָס אין דײַנע טױערן, און זײ זאָלן עסן און זאַט זײַן, כּדי ה׳ דײַן ג-ט זאָל דיך בענטשן אין יעטװעדער טואונג פֿון דײַן האַנט װאָס דו װעסט טאָן.

Highlight

Copy

Compare

Share

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in