דְבָֿרִים טז
טז
1היט אָפּ דעם חודש אָבֿיבֿ, און זאָלסט מאַכן דעם קָרבָּן-פֶּסַח צו ה׳ דײַן ג-ט, װאָרעם אין חודש אָבֿיבֿ האָט דיך ה׳ דײַן ג-ט אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מִצרַיִם, בײַ נאַכט. 2און זאָלסט שלאַכטן דעם קָרבָּן-פֶּסַח צו ה׳ דײַן ג-ט, פֿון שאָף אָדער פֿון רינדער, אין דעם אָרט װאָס ג-ט װעט אױסדערװײלן צו מאַכן רוען זײַן נאָמען דאָרטן. 3זאָלסט נישט עסן דערבײַ חמץ; זיבן טעג זאָלסטו עסן דערבײַ מַצות, ברױט פֿון נױט, װאָרעם אין געאײַל ביסטו אַרױסגעגאַנגען פֿון לאַנד מִצרַיִם; כּדי זאָלסט געדענקען דעם טאָג פֿון דײַן אַרױסגײן פֿון לאַנד מִצרַיִם, אַלע טעג פֿון דײַן לעבן.
4און עס זאָל נישט געזען װערן בײַ דיר זױערטײג אין דײַן גאַנצן גבֿול זיבן טעג; און עס זאָל נישט איבערנעכטיקן ביז אין דער פֿרי פֿון דעם פֿלײש װאָס דו װעסט שלאַכטן אין אָװנט פֿון ערשטן טאָג. 5טאָרסט נישט שלאַכטן דעם קָרבָּן-פֶּסַח אין אײנעם פֿון דײַנע טױערן װאָס ה׳ דײַן ג-ט גיט דיר. 6נײַערט אין דעם אָרט װאָס ה׳ דײַן ג-ט װעט אױסדערװײלן אױף צו מאַכן רוען זײַן נאָמען, דאָרטן זאָלסטו שלאַכטן דעם קָרבָּן-פֶּסַח, אין אָװנט װי די זון גײט אונטער, אין דער צײַט פֿון דײַן אַרױסגײן פֿון מִצרַיִם. 7און זאָלסט אים בראָטן און עסן אין דעם אָרט װאָס ה׳ דײַן ג-ט װעט אים אױסדערװײלן; און אין דער פֿרי זאָלסטו זיך אומקערן, און גײן צו דײַנע געצעלטן.
8זעקס טעג זאָלסטו עסן מַצות, און אױפֿן זיבעטן טאָג זאָל זײַן אַ הײליקע אײַנזאַמלונג צו ה׳ דײַן ג-ט; זאָלסט נישט טאָן קײן אַרבעט.
9זיבן װאָכן זאָלסטו דיר צײלן; פֿון װען מע לאָזט אַראָפּ אַ שנײַדמעסער אױף דער תּבֿואה זאָלסטו אָנהײבן צײלן זיבן װאָכן.
10און זאָלסט מאַכן דעם יוֹם-טובֿ פֿון שבֿועות צו ה׳ דײַן ג-ט, װי נאָך דער פֿרײַװיליקע נדבֿות פֿון דײַן האַנט, װאָס דו װעסט געבן, לױט װי ה׳ דײַן ג-ט װעט דיך בענטשן. 11און זאָלסט זיך פֿרײען פֿאַר ה׳ דײַן ג-ט, דו, און דײַן זון און דײַן טאָכטער, און דײַן קנעכט און דײַן דינסט, און דער לֵוִי װאָס אין דײַנע טױערן, און דער פֿרעמדער, און דער יתום, און די אַלמנה, װאָס צװישן דיר – אין דעם אָרט װאָס ה׳ דײַן ג-ט װעט אױסדערװײלן צו מאַכן רוען זײַן נאָמען דאָרטן.
12און זאָלסט געדענקען אַז אַ קנעכט ביסטו געװען אין מִצרַיִם, און זאָלסט אָפּהיטן און טאָן די דאָזיקע געזעצן.
13דעם יוֹם-טובֿ פֿון סוכּוֹת זאָלסטו דיר מאַכן זיבן טעג, װען דו זאַמלסט אײַן פֿון דײַן דרעש-שײַער און פֿון דײַן קעלטער. 14און זאָלסט זיך פֿרײען אין דײַן יוֹם-טובֿ, דו, און דײַן זון און דײַן טאָכטער, און דײַן קנעכט און דײַן דינסט, און דער לֵוִי, און דער פֿרעמדער, און דער יתום, און די אַלמנה, װאָס אין דײַנע טױערן. 15זיבן טעג זאָלסטו האַלטן יוֹם-טובֿ צו ה׳ דײַן ג-ט אין דעם אָרט װאָס ג-ט װעט אױסדערװײלן; װאָרעם ה׳ דײַן ג-ט װעט דיך בענטשן אין דײַן גאַנצן אײַנקום, און אין יעטװעדער טואונג פֿון דײַנע הענט, און װעסט זײַן לױטער פֿרײלעך.
16דרײַ מאָל אין יאָר זאָלן אַלע דײַנע מאַנספּאַרשױנען זיך װײַזן פֿאַר ה׳ דײַן ג-ט, אין דעם אָרט װאָס ער װעט אױסדערװײלן: אין דעם יוֹם-טובֿ פֿון מַצות, און אין דעם יוֹם-טובֿ פֿון שבֿועות, און אין דעם יוֹם-טובֿ פֿון סוכּוֹת; און מע זאָל זיך נישט װײַזן פֿאַר ג-ט מיט לײדיקן;
17איטלעכער לױט דער גאָב פֿון זײַן האַנט, װי נאָך דער מזל-ברכה פֿון ה׳ דײַן ג-ט, װאָס ער האָט דיר געגעבן.
שוֹפֿטִים
18ריכטער און אױפֿזעער זאָלסטו דיר מאַכן אין אַלע דײַנע טױערן, װאָס ה׳ דײַן ג-ט גיט דיר, לױט דײַנע שבֿטים; און זײ זאָלן משפּטן דאָס פֿאָלק מיט אַ גערעכטן משפּט. 19זאָלסט נישט פֿאַרדרײען אַ משפּט; זאָלסט נישט דערקענען קײן פּנים, און נישט נעמען שוחד, װאָרעם שוחד מאַכט בלינד די אױגן פֿון קלוגע, און פֿאַרקרימט די װערטער פֿון גערעכטע. 20נאָך גערעכטיקײט, נאָך גערעכטיקײט זאָלסטו זיך יאָגן, כּדי זאָלסט לעבן און אַרבן דאָס לאַנד װאָס ה׳ דײַן ג-ט גיט דיר.
21זאָלסט דיר נישט פֿלאַנצן אַ געצנבױם פֿון אַ שום האָלץ לעבן דעם מזבח פֿון ה׳ דײַן ג-ט, װאָס דו װעסט דיר מאַכן. 22און זאָלסט דיר נישט אױפֿשטעלן אַ זײַלשטײן, װאָס ה׳ דײַן ג-ט האָט פֿײַנט.
Currently Selected:
דְבָֿרִים טז: OYTORAH
Highlight
Copy
Compare
Share
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Tanakh,
© Artists for Israel International, 2025