YouVersion Logo
Search Icon

שְמוֹת מ

מ
1און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 2אין ערשטן טאָג פֿון ערשטן חוֹדש זאָלסטו אױפֿשטעלן דעם מישכּן פֿון אוֹהל-מוֹעד. 3און זאָלסט אַרײַנטאָן אַהין דעם אָרון פֿון צײגנים {עֵדוּת פֿון עשרת הדברים, סהדא, צײגע, עד התּביעה} צײגנים {עֵדוּת פֿון עשרת הדברים, סהדא, צײגע, עד התּביעה},#40‏.3 שְמוֹת 20‏.1‏-2‏; שְמוֹת 5‏.2; שְמוֹת 20‏.3‏-6; דְבָֿרִים 17‏.2‏-7; שְמוֹת 20‏.7‏; וַיִּקְרָא 24‏.15‏-16; שְמוֹת 20‏.8‏-11‏; במִדְבר 15‏.32‏-35; שְמוֹת 20‏.12‏; וַיִּקְרָא 20‏.9; שְמוֹת 20‏.13‏; במִדְבר 35‏.30; שְמוֹת 20‏.14‏; וַיִּקְרָא 20‏.10; שְמוֹת 20‏.15‏; יְהוֹשועַ 7‏.21; שְמוֹת 20‏.16‏; במִדְבר 16‏.1‏-35; שְמוֹת 20‏.17‏; יְהוֹשועַ 7‏.21; יְשַעְיָה 53‏.11 די בשורת הגאולה איז נישט פֿארשטאַנען. אנשי אַמת טאָן פֿארשטאײן. די עשרת הדברים איז דײַן אַרעסט־באַפֿעל און דער משפּט מות װעט זײַן דײַן פּסק־דין. װאָרום אַלע, װאָס זענען פארלאזן זיך אױף די מעשׂים פֿון דער (מחמיר חומרא) געזעץ (אױף די װערט פֿון תרי״ג זכות), זענען אונטער אַ קללה; װײַל עס שטײט געשריבן: פארשאלטן איז יעדער אײנער, װעלכער פֿאַרבלײַבט נישט אין אַלעם, װאָס עס שטײט געשריבן אין דער סֵפֿר תורה, עס צו טאָן. (דְבָֿרִים 27‏.26) ‏ משיח האָט אונדז אױסגעלײזט פֿון דער קללה פֿון דער תורה, װערנדיק אַ קללה פֿאַר אונדזערטװעגן; װײַל עס שטײט געשריבן; פארשאלטן איז יעדער אײנער, װעלכער הענגט אױף אַ בױם; (דְבָֿרִים 21‏.23) נאָר אַז דורך דער (מחמיר חומרא) געזעץ װערט קײנער נישט גערעכטפערטיקט פֿאַר ה׳ איז באַשײַמפּערלעך קלאר; װײַל; װעט מײַן גערעכטער קנעכט פֿיל גערעכט מאַכן יְשַעְיָה 53‏.11, דער צדיק װעט דורך אמוּנה לעבן; (חֲבַֿקוּק 2‏.4) ‏ זאָלט איר אָפּטאָן דעם אַלטן מענטשן, װעלכער גײט צו גרונט פֿון די פארפירערישע תּאװת, ‏ און באַנײַט װערן אינם גײַסט פֿון אײַער פֿאַרשטאַנד. און זאָלט זיך אָנקלײדן דעם נײַעם מענטשן (תְּהִלִּים 51‏.12), װאָס איז באַשאַפֿן געװאָרן לויט (דעם דמות) אלֹקים אין צדקות און קדושה אין משיח און פֿאַרהענגען דעם אָרון מיטן פָּרוֹכֶת. 4און זאָלסט אַרײַנברענגען דעם טיש {שֻׁלְחָן}, און אױסלײגן זײַן אױסלײגונג; און זאָלסט אַרײַנברענגען די מנוֹרה, און אָנצינדן אירע רערלעך. 5און זאָלסט אַװעקשטעלן דעם גילדערנעם מזבח פֿאַר װײַרעך, פֿאַר דעם אָרון פֿון צײגנים {עֵדוּת פֿון עשרת הדברים, סהדא, צײגע, עד התּביעה}, און אַרױפֿטאָן דעם טירפֿאָרהאַנג צום מישכּן. 6און זאָלסט אַװעקשטעלן דעם מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}, פֿאַר דעם אײַנגאַנג פֿון דעם מישכּן פֿון אוֹהל-מוֹעד. 7און זאָלסט אַװעקשטעלן דעם האַנטפֿאַס צװישן אוֹהל-מוֹעד און צװישן מזבח, און אַרײַנטאָן אַהין װאַסער. 8און זאָלסט אױפֿשטעלן דעם הױף רונד אַרום, און אַרױפֿטאָן דעם טױערפֿאָרהאַנג פֿון הױף.
9און זאָלסט נעמען דאָס אײל פֿון זאַלבונג, און זאַלבן דעם מישכּן, און אַלץ װאָס אין אים, און הײליקן אים און אַלע זײַנע זאַכן, און ער זאָל זײַן הײליק. 10און זאָלסט זאַלבן דעם מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}, און אַלע זײַנע כּלים, און הײליקן דעם מזבח; און דער מזבח זאָל זײַן אַ הײליקסטע הײלקײט. 11און זאָלסט זאַלבן דעם האַנטפֿאַס און זײַן געשטעל, און אים הײליקן.
12און זאָלסט מאַכן גענענען אַהרֹנען און זײַנע זין צום אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד, און זײ װאַשן מיט װאַסער.#40‏.12 גרײטן זיך מיט דער מיקװה אַזױ כֹּהנים (רש״י) מְלָכִים ב 5‏.14 13און זאָלסט אָנטאָן אַהרֹנען די הײליקע קלײדער, און זאָלסט אים זאַלבן, און אים הײליקן, אַז ער זאָל זײַן אַ כֹּהן צו מיר. 14און זאָלסט מאַכן גענענען זײַנע זין, און זײ אָנטאָן העמדלעך. 15און זאָלסט זײ זאַלבן, אַזױ װי דו האָסט געזאַלבט זײער פֿאָטער, אַז זײ זאָלן זײַן כֹּהנים צו מיר; און זײער זאַלבונג זאָל זײ זײַן פֿאַר אַן אײביקער כּהונה אױף זײערע דוֹר-דוֹרות.#40‏.15 זען משיחס כּהונה תְּהִלִּים 100‏.4 זען נײַעם בְּרִית יִרְמְיָה 31‏.30
16און משה האָט דאָס געטאָן; אַזױ װי אַלץ װאָס ה׳ האָט אים באַפֿױלן, אַזױ האָט ער געטאָן.
17און עס איז געװען אין ערשטן חודש אין צװײטן יאָר, אין ערשטן טאָג פֿון חוֹדש, איז אױפֿגעשטעלט געװאָרן דער מישכּן. 18און משה האָט אױפֿגעשטעלט דעם מישכּן: ער האָט אַװעקגעלײגט זײַנע שװעלן, און אַרײַנגעטאָן זײַנע ברעטער, און אַרײַנגעצױגן זײַנע ריגלען, און אױפֿגעשטעלט זײַנע זײַלן. 19און ער האָט פֿאַרשפּרײט דאָס געצעלט איבערן מישכּן, און אַרױפֿגעטאָן דעם צודעק פֿון געצעלט אױבן איבער אים, אַזױ װי ה׳ האָט משהן באַפֿױלן.
20און ער האָט גענומען און אַרײַנגעלײגט דאָס צײגנים {עֵדוּת פֿון עשרת הדברים, סהדא, צײגע, עד התּביעה} אין דעם אָרון, און אַרױפֿגעטאָן די שטאַנגען אױפֿן אָרון, און אַרױפֿגעלײגט דעם דעק {כַּפֹּרֶת} אױבן איבערן אָרון. 21און ער האָט אַרײַנגעבראַכט דעם אָרון אין מישכּן, און אַרױפֿגעטאָן דעם פָּרוֹכֶת פֿון צװישנשײד, און פֿאָרהאַנגען דעם אָרון פֿון צײגנים {עֵדוּת פֿון עשרת הדברים, סהדא, צײגע, עד התּביעה}, אַזױ װי ה׳ האָט משהן באַפֿױלן.
22און ער האָט אַרײַנגעשטעלט דעם טיש {שֻׁלְחָן} אין אוֹהל-מוֹעד, אין צפֿון-זײַט מישכּן, דרױסן פֿון פָּרוֹכֶת. 23און ער האָט אױסגעלײגט אױף אים אַן אױסלײגונג פֿון ברױט {לֶחֶם}, פֿאַר ה׳, אַזױ װי ה׳ האָט משהן באַפֿױלן.
24און ער האָט אַװעקגעשטעלט די מנוֹרה אין אוֹהל-מוֹעד אַקעגן דעם טיש {שֻׁלְחָן} אין דָרום-זײַט מישכּן. 25און ער האָט אָנגעצונדן די רערלעך פֿאַר ה׳, אַזױ װי ה׳ האָט משהן באַפֿױלן.
26און ער האָט אַװעקגעשטעלט דעם גילדערנעם מזבח אין אוֹהל-מוֹעד פֿאַרן פָּרוֹכֶת. 27און ער האָט גערײכערט אױף אים װײַרעך פֿון שמעקעדיקע געװירצן, אַזױ װי ה׳ האָט משהן באַפֿױלן.
28און ער האָט אַרױפֿגעטאָן דעם טירפֿאָרהאַנג צום מישכּן. 29און דעם מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} האָט ער אַװעקגעשטעלט בײַם אײַנגאַנג פֿון דעם מישכּן פֿון אוֹהל-מוֹעד, און אױפֿגעבראַכט אױף אים דאָס בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} און דאָס שפּײַזאָפּפֿער {מִנְחָה}, אַזױ װי ה׳ האָט משהן באַפֿױלן.
30און ער האָט אַװעקגעשטעלט דעם האַנטפֿאַס צװישן אוֹהל-מוֹעד און צװישן מזבח, און אַרײַנגעטאָן אַהין װאַסער, זיך צו װאַשן – 31כּדי משה און אַהרן און זײַנע זין זאָלן דערפֿון װאַשן זײערע הענט און זײערע פֿיס; 32װען זײ קומען אין אוֹהל-מוֹעד, און װען זײ גענענען צום מזבח, זאָלן זײ זיך װאַשן – אַזױ װי ה׳ האָט משהן באַפֿױלן.
33און ער האָט אױפֿגעשטעלט דעם הױף רונד אַרום דעם מישכּן און דעם מזבח, און אַרױפֿגעטאָן דעם טױערפֿאָרהאַנג פֿון הױף. און משה האָט געענדיקט די אַרבעט.
34און דער װאָלקן האָט אײַנגעדעקט דעם אוֹהל-מוֹעד, און די פּראַכט פֿון ה׳ האָט אָנגעפֿילט דעם מישכּן. 35און משה האָט נישט געקענט אַרײַנגײן אין אוֹהל-מוֹעד, װײַל דער װאָלקן האָט אױף אים גערוט, און די פּראַכט פֿון ה׳ האָט אָנגעפֿילט דעם מישכּן.#40‏.35 אױב דער בר אנוש דָניאֵל 7‏.13‏-14‏ װערט רעאליזירט (מתגשמת) אין משיח בן דָוִד, דעמאָלט דאָ און אין מְלָכִים א 8‏.10‏-11 איז נבֿואה מקױם.
36און װען דער װאָלקן האָט זיך אױפֿגעהױבן פֿון מישכּן, פֿלעגן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל ציען אױף אַלע זײערע ציִונגען. 37און אַז דער װאָלקן פֿלעגט זיך נישט אױפֿהײבן, פֿלעגן זײ נישט ציען, ביז דעם טאָג װאָס ער האָט זיך אױפֿגעהױבן. 38װאָרום דער װאָלקן פֿון ה׳ איז געװען אױפֿן מישכּן בײַ טאָג, און אַ פֿײַער פֿלעגט זײַן דרינען בײַ נאַכט, פֿאַר די אױגן פֿון דעם גאַנצן הױז פֿון יִשׂרָאֵל, אין אַלע זײערע ציִונגען.

Currently Selected:

שְמוֹת מ: OYT2023

Highlight

Share

Copy

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in