YouVersion Logo
Search Icon

וַיִּקְרָא אַ

אַ
וַיִּקְרָא
1און ה׳ האָט גערופֿן צו משהן, און האָט צו אים גערעדט פֿון אוֹהל-מוֹעד, אַזױ צו זאָגן: 2רעד צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַז עמיצער פֿון אײַך װעט ברענגען אַ קָרבָּן צו ה׳, זאָלט איר פֿון פֿיך, פֿון רינדער אָדער פֿון שאָף, ברענגען אײַער קָרבָּן.
3אױב אַ בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}#ברֵאשִית 22‏.13 איז זײַן קָרבָּן, פֿון רינדער, זאָל ער אים ברענגען אַ זָכר אָן אַ פֿעלער; צום אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד זאָל ער אים ברענגען, כּדי ער זאָל באַװיליקט װערן פֿאַר ה׳. 4און ער זאָל אָנלענען זײַן האַנט אױפֿן קאָפּ פֿון בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}, און עס װעט באַװיליקט װערן פֿון אים, מכַפּר צו זײַן אױף אים. 5און ער זאָל שעכטן דאָס יונגע רינד פֿאַר ה׳, און די קינדער פֿון אַהרן, די כֹּהנים, זאָלן גענענען דאָס בלוט, און שפּרענגען#1‏.5 זען יְשַעְיָה 52‏.15. דאָס בלוט רונד אַרום אױף דעם מזבח װאָס בײַם אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד. 6און ער זאָל אָפּשינדן דאָס בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}, און עס צעשנײַדן אױף זײַנע שטיקער. 7און די קינדער פֿון אַהרן דעם כֹּהן זאָלן אַרױפֿטאָן פֿײַער אױפֿן מזבח, און אָנלײגן האָלץ אױפֿן פֿײַער. 8און די קינדער פֿון אַהרן, די כֹּהנים, זאָלן אױסלײגן די שטיקער, דעם קאָפּ, און דאָס פֿעטס, אױף דעם האָלץ װאָס איבער דעם פֿײַער װאָס אױפֿן מזבח. 9און זײַנע אינגעװײד און זײַנע קני זאָל ער אָפּשװענקען אין װאַסער, און דער כֹּהן זאָל אַלצדינג דעמפֿן אױפֿן מזבח פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}, אַ פֿײַעראָפּפֿער {אִשֶּׁה} פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו ה׳.
10און אױב זײַן קָרבָּן איז פֿון קלײנפֿי, פֿון שעפּסן אָדער פֿון ציגן, פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}, זאָל ער אים ברענגען אַ זָכר אָן אַ פֿעלער. 11און ער זאָל אים שעכטן בײַ דער צפֿון-זײַט פֿון מזבח פֿאַר ה׳, און די קינדער פֿון אַהרן, די כֹּהנים, זאָלן שפּרענגען#1‏.11 זען יְשַעְיָה 52‏.15. זײַן בלוט אױפֿן מזבח רונד אַרום. 12און ער זאָל אים צעשנײַדן אױף זײַנע שטיקער; און דער כֹּהן זאָל זײ אױסלײגן מיטן קאָפּ און מיטן פֿעטס אױף דעם האָלץ װאָס איבער דעם פֿײַער װאָס אױפֿן מזבח. 13און די אינגעװײד און די קני זאָל ער אָפּשװענקען אין װאַסער; און דער כֹּהן זאָל אַלצדינג גענענען, און דעמפֿן אױפֿן מזבח. אַ בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} איז דאָס, אַ פֿײַעראָפּפֿער {אִשֶּׁה} פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו ה׳.
14און אױב אַ בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} פֿון עוֹפֿות איז זײַן קָרבָּן צו ה׳, זאָל ער ברענגען זײַן קָרבָּן פֿון טורטלטױבן אָדער פֿון יונגע טױבן. 15און דער כֹּהן זאָל אים גענענען צום מזבח, און אָפּקנײַפּן זײַן קאָפּ, און דעמפֿן אױפֿן מזבח; און זײַן בלוט זאָל אױסגעקװעטשט װערן אױף דער װאַנט פֿון מזבח. 16און ער זאָל אַראָפּנעמען זײַן װאָליע מיט אירע פֿעדערן, און זי אַװעקגעװאָרפֿן לעבן מזבח אין מזרח-זײַט, אין אָרט פֿון דער אַש. 17און ער זאָל אים אױפֿרײַסן פֿאַר זײַנע פֿליגלען, אָבער נישט פֿונאַנדערשײדן; און דער כֹּהן זאָל אים דעמפֿן אױפֿן מזבח, אױף דעם האָלץ װאָס איבערן פֿײַער. אַ בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} איז דאָס, אַ פֿײַעראָפּפֿער {אִשֶּׁה} פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו ה׳.

Highlight

Share

Copy

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in