שְמוֹת לט
לט
1און פֿון דער בלאָער װאָל, און דעם פּורפּל, און דעם װערמילרױט, האָט מען געמאַכט די געשטריקטע קלײדער אױף צו דינען אין הײליקטום, און געמאַכט די הײליקע קלײדער װאָס פֿאַר אַהרֹנען, אַזױ װי ה׳ האָט באַפֿױלן משהן.
2און מע האָט געמאַכט דעם אֵפֿוֹד פֿון גאָלד, בלאָער װאָל, און פּורפּל, און װערמילרױט, און געדרײַטן לײַנען. 3און מע האָט אױסגעשלאָגן בלעכן פֿון גאָלד, און צעהאַקט אױף פֿעדים, אױף אַרײַנצואַרבעטן אין דער בלאָער װאָל, און אין דעם פּורפּל, און אין דעם װערמילרױט, און אין דעם לײַנען, מיט קונציקער אַרבעט. 4אַקסלבענדער האָט מען צו אים געמאַכט, באַהעפֿטע; בײַ זײַנע בײדע עקן איז ער געװען באַהעפֿט. 5און זײַן גאַרטלבאַנד װאָס אױף אים, איז געװען פֿון אים גופֿא, אַזױ װי זײַן אַרבעט, פֿון גאָלד, בלאָער װאָל, און פּורפּל, און װערמילרױט, און געדרײַטן לײַנען, אַזױ װי ה׳ האָט באַפֿױלן משהן. 6און מע האָט געמאַכט די אָניקלשטײנער אײַנגעראַמט אין אײַנפֿאַסונגען פֿון גאָלד, אױסגעקריצט װי אױסקריצונגען פֿון אַ זיגל, לױט די נעמען פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל.
7און מע האָט זײ אַרױפֿגעטאָן אױף די אַקסלבענדער פֿון אֵפֿוֹד – שטײנער פֿון דערמאָנונג פֿאַר די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, אַזױ װי ה׳ האָט באַפֿױלן משהן.
8און מע האָט געמאַכט דעם חושן קונציק אױסגעאַרבעט, אַזױ װי די אַרבעט פֿון אֵפֿוֹד, פֿון גאָלד, בלאָער װאָל, און פּורפּל, און װערמילרױט, און געדרײַטן לײַנען. 9פֿירעקעכדיק איז ער געװען; געטאָפּלט האָט מען געמאַכט דעם חושן, אַ שפּאַן זײַן לענג, און אַ שפּאַן זײַן ברײט, געטאָפּלט. 10און מע האָט אַרײַנגעזעצט אין אים פֿיר צײלן שטײנער: אַ צײל פֿון רובין, טאָפּאַז, און שמאָראַק, אײן צײל; 11און די צװײטע צײל: גאַרפֿונקל, סאַפּירשטײן, און דימענט;
12און די דריטע צײל: יאַכצום, אַגאַט, און אַמעטיסט; 13און די פֿירטע צײל: גאָלדשטײן, אָניקל, און יאַשפּיז; אײַנגעראַמט אין אײַנפֿאַסונגען פֿון גאָלד אין זײערע אײַנזעצונגען. 14און די שטײנער זײַנען געװען לױט די נעמען פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, צװעלף, לױט זײערע נעמען, װי אױסקריצונגען פֿון אַ זיגל, איטלעכער לױט זײַן נאָמען, אַקעגן די צװעלף שבֿטים. 15און מע האָט געמאַכט צום חושן געדרײטע קײטן, פֿלעכטאַרבעט, פֿון רײנעם גאָלד. 16און מע האָט געמאַכט צװײ אײַנפֿאַסונגען פֿון גאָלד, און צװײ גילדערנע רינגען, און מע האָט אַרױפֿגעטאָן די צװײ רינגען אױף די צװײ עקן פֿון חושן. 17און מע האָט אַרײַנגעטאָן די צװײ גילדערנע פֿלעכטן אין די צװײ רינגען אױף די עקן פֿון חושן. 18און די צװײ עקן פֿון די צװײ פֿלעכטן האָט מען אַרױפֿגעטאָן אױף די צװײ אײַנפֿאַסונגען, און זײ אַרױפֿגעטאָן אױף די אַקסלבענדער פֿון אֵפֿוֹד, אױף זײַן פֿאָדערזײַט. 19און מע האָט געמאַכט צװײ גילדערנע רינגען, און אַרױפֿגעזעצט אױף די צװײ עקן פֿון חושן, בײַ זײַן זױם װאָס צו דער זײַט פֿון אֵפֿוֹד, אינעװײניק צו. 20און מע האָט געמאַכט צװײ גילדערנע רינגען, און זײ אַרױפֿגעטאָן אױף די צװײ אַקסלבענדער פֿון אֵפֿוֹד, פֿון אונטן, אױף זײַן פֿאָדערזײַט, בײַ זײַן באַהעפֿטונג, איבער דעם חֵשֶׁב פֿון אֵפֿוֹד. 21און מע האָט צוגעשנירט דעם חושן דורך זײַנע רינגען צו די רינגען פֿון אֵפֿוֹד, מיט אַ שנור פֿון בלאָער װאָל, כּדי ער זאָל זײַן אױף דעם חֵשֶׁב פֿון אֵפֿוֹד, און דער חושן זאָל זיך נישט אַראָפּרוקן פֿון אֵפֿוֹד; אַזױ װי ה׳ האָט באַפֿױלן משהן.
22און מע האָט געמאַכט דעם מאַנטל פֿון אֵפֿוֹד, װעבאַרבעט, פֿון לױטער בלאָער װאָל. 23און די עפֿענונג פֿון דעם מאַנטל איז געװען אין זײַן מיטן, אַזױ װי די עפֿענונג פֿון אַ פּאַנצערהעמד, מיט אַ זױם בײַ זײַן עפֿענונג רונד אַרום, ער זאָל זיך נישט צערײַסן. 24און מע האָט געמאַכט אױף די ברעגן פֿון דעם מאַנטל מילגרױמען פֿון בלאָער װאָל, און פּורפּל, און װערמילרױט, געצװערנט. 25און מע האָט געמאַכט גלעקלעך פֿון רײנעם גאָלד, און אַרױפֿגעטאָן די גלעקלעך צװישן די מילגרױמען אױף די ברעגן פֿון דעם מאַנטל רונד אַרום, צװישן די מילגרױמען: 26אַ גלעקל און אַ מילגרױם, אַ גלעקל און אַ מילגרױם, אױף די ברעגן פֿון דעם מאַנטל רונד אַרום, אױף צו דינען; אַזױ װי ה׳ האָט באַפֿױלן משהן.
27און מע האָט געמאַכט לײַנענע העמדלעך, װעבאַרבעט, פֿאַר אַהרֹנען און פֿאַר זײַנע זין; 28און די לײַנענע מִצְנֶפֶת,#39.28 פֿון מִצְנֶפֶת קומט יאַרמלקע, סימן פֿון אונטערגעבן. און דאָס מִצְנֶפֶת, װאָס איז געװען אױף משיחס קאפ, איז נישט געלעגן צוזאמען מיט די תכריכים, נאָר באַזונדער צונויפֿגעװיקלט אױף אײן אָרט. און דעמאָלט איז אױך דער אַנדערער תלמיד ארײַנגעגאנגען רבי מלך המשיחס קבֿר, ער, װאָס איז געקומען דער ערשטער צום קבֿר, און האָט געזען און געגלױבט. און די שײנע היטלען פֿון לײַנען, און די לײַנענע הױזן פֿון געדרײַטן לײַנען; 29און דעם גאַרטל פֿון געדרײַטן לײַנען, און בלאָער װאָל, און פּורפּל, און װערמילרױט, געשטיקטע אַרבעט, אַזױ װי ה׳ האָט באַפֿױלן משהן.
30און מע האָט געמאַכט דאָס שטערנבלעך, די הײליקע קרױן, פֿון רײנעם גאָלד, און אױפֿגעשריבן אױף אים אַ געשריפֿטס, װי אױסקריצונגען פֿון אַ זיגל הײליק צו ה׳. 31און מע האָט אַרױפֿגעטאָן אױף אים אַ שנור פֿון בלאָער װאָל, כּדי אים אָנצוטאָן אױף דער מִצְנֶפֶת#39.31 פֿון מִצְנֶפֶת קומט יאַרמלקע, סימן פֿון אונטערגעבן. און דאָס מִצְנֶפֶת, װאָס איז געװען אױף משיחס קאפ, איז נישט געלעגן צוזאמען מיט די תכריכים, נאָר באַזונדער צונויפֿגעװיקלט אױף אײן אָרט. און דעמאָלט איז אױך דער אַנדערער תלמיד ארײַנגעגאנגען רבי מלך המשיחס קבֿר, ער, װאָס איז געקומען דער ערשטער צום קבֿר, און האָט געזען און געגלױבט. פֿון אױבן, אַזױ װי ה׳ האָט באַפֿױלן משהן.
32אַזױ איז פֿאַרענדיקט געװאָרן די גאַנצע אַרבעט פֿון דעם מישכּן פֿון אוֹהל-מוֹעד; און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געטאָן אַזױ װי אַלץ װאָס ה׳ האָט באַפֿױלן משהן; גענױ אַזױ האָבן זײ געטאָן.
33און זײ האָבן געבראַכט דעם מישכּן צו משהן: דאָס געצעלט און אַלע זײַנע זאַכן, זײַנע האָקן, זײַנע ברעטער, זײַנע ריגלען, און זײַנע זײַלן, און זײַנע שװעלן; 34און דעם צודעק פֿון רױטגעפֿאַרבטע װידערפֿעלן, און דעם צודעק פֿון תַּחַש-פֿעלן, און דעם פָּרוֹכֶת פֿון צװישנשײד; 35דעם אָרון פֿון צײגנים {עֵדוּת פֿון עשרת הדברים, סהדא, צײגע, עד התּביעה},#39.35 שְמוֹת 20.1-2; שְמוֹת 5.2; שְמוֹת 20.3-6; דְבָֿרִים 17.2-7; שְמוֹת 20.7; וַיִּקְרָא 24.15-16; שְמוֹת 20.8-11; במִדְבר 15.32-35; שְמוֹת 20.12; וַיִּקְרָא 20.9; שְמוֹת 20.13; במִדְבר 35.30; שְמוֹת 20.14; וַיִּקְרָא 20.10; שְמוֹת 20.15; יְהוֹשועַ 7.21; שְמוֹת 20.16; במִדְבר 16.1-35; שְמוֹת 20.17; יְהוֹשועַ 7.21; יְשַעְיָה 53.11 די בשורת הגאולה איז נישט פֿארשטאַנען. אנשי אַמת טאָן פֿארשטאײן. די עשרת הדברים איז דײַן אַרעסט־באַפֿעל און דער משפּט מות װעט זײַן דײַן פּסק־דין. װאָרום אַלע, װאָס זענען פארלאזן זיך אױף די מעשׂים פֿון דער (מחמיר חומרא) געזעץ (אױף די װערט פֿון תרי״ג זכות), זענען אונטער אַ קללה; װײַל עס שטײט געשריבן: פארשאלטן איז יעדער אײנער, װעלכער פֿאַרבלײַבט נישט אין אַלעם, װאָס עס שטײט געשריבן אין דער סֵפֿר תורה, עס צו טאָן. (דְבָֿרִים 27.26) משיח האָט אונדז אױסגעלײזט פֿון דער קללה פֿון דער תורה, װערנדיק אַ קללה פֿאַר אונדזערטװעגן; װײַל עס שטײט געשריבן; פארשאלטן איז יעדער אײנער, װעלכער הענגט אױף אַ בױם; (דְבָֿרִים 21.23) נאָר אַז דורך דער (מחמיר חומרא) געזעץ װערט קײנער נישט גערעכטפערטיקט פֿאַר ה׳ איז באַשײַמפּערלעך קלאר; װײַל; װעט מײַן גערעכטער קנעכט פֿיל גערעכט מאַכן יְשַעְיָה 53.11, דער צדיק װעט דורך אמוּנה לעבן; (חֲבַֿקוּק 2.4) זאָלט איר אָפּטאָן דעם אַלטן מענטשן, װעלכער גײט צו גרונט פֿון די פארפירערישע תּאװת, און באַנײַט װערן אינם גײַסט פֿון אײַער פֿאַרשטאַנד. און זאָלט זיך אָנקלײדן דעם נײַעם מענטשן (תְּהִלִּים 51.12), װאָס איז באַשאַפֿן געװאָרן לויט (דעם דמות) אלֹקים אין צדקות און קדושה אין משיח און זײַנע שטאַנגען, און דעם דעק {כַּפֹּרֶת}; 36דעם טיש {שֻׁלְחָן} אַלע זײַנע כּלים, און דאָס ברױט פֿון אָנגעזיכט {לחם הפנים};
37די רײנע מנוֹרה, אירע רערלעך – די רערלעך אױף אָנצוריכטן – און אַלע אירע כּלים, און דאָס אײל פֿאַר לײַכטונג; 38און דעם גילדערנעם מזבח, און דאָס אײל פֿון זאַלבונג, און דעם װײַרעך פֿון שמעקעדיקע געװירצן, און דעם טירפֿאָרהאַנג פֿון געצעלט; 39דעם קופּערנעם מזבח, און די קופּערנע זיףּ װאָס צו אים, זײַנע שטאַנגען, און אַלע זײַנע כּלים; דעם האַנטפֿאַס און זײַן געשטעל; 40די אַרומהאַנגען פֿון הױף, זײַנע זײַלן, און זײַנע שװעלן, און דעם פֿאָרהאַנג צום טױער פֿון הױף, זײַנע שטריק, און זײַנע פֿלעקלעך, און אַלע אַרבעטגעצײַג פֿון דעם מישכּן פֿון אוֹהל-מוֹעד; 41די געשטריקטע קלײדער אױף צו דינען אין הײליקטום, די הײליקע קלײדער פֿאַר אַהרן דעם כֹּהן, און די קלײדער פֿון זײַנע זין, אױף צו טאָן די כּהונה.
42אַזױ װי אַלץ װאָס ה׳ האָט באַפֿױלן משהן, אַזױ האָבן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל געמאַכט די גאַנצע אַרבעט. 43און משה האָט געזען די גאַנצע אַרבעט, אַז זײ האָבן זי געמאַכט; אַזױ װי ה׳ האָט באַפֿױלן, אַזױ האָבן זײ געמאַכט; און משה האָט זײ געבענטשט.
Currently Selected:
שְמוֹת לט: OYT2023
Highlight
Share
Copy
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Copyright Artists for Israel International © 2023 Orthodox Hasidic Yiddish Tanakh