YouVersion Logo
Search Icon

שְמוֹת לב

לב
1און װי דאָס פֿאָלק האָט געזען, אַז משה זאַמט זיך אַראָפּצונידערן פֿון באַרג, אַזױ האָט דאָס פֿאָלק זיך אײַנגעזאַמלט אַרום אַהרֹנען, און זײ האָבן צו אים געזאָגט: שטײ אױף, מאַך אונדז אַ אלֹקים ג-טס װאָס זאָל גײן פֿאַר אונדז; װאָרום דער דאָזיקער מאַן משה, װאָס האָט אונדז אױפֿגעבראַכט פֿון לאַנד מִצרַיִם, װײסן מיר נישט װאָס מיט אים איז געװאָרן.
2האָט אַהרן צו זײ געזאָגט: נעמט אַראָפּ די גילדערנע אױרינגען װאָס אין די אױערן פֿון אײַערע װײַבער, אײַערע זין, און אײַערע טעכטער, און ברענגט צו מיר.
3האָט דאָס גאַנצע פֿאָלק אַראָפּגענומען פֿון זיך די גילדערנע אױרינגען װאָס אין זײערע אױערן, און געבראַכט צו אַהרֹנען. 4און ער האָט צוגענומען פֿון זײער האַנט, און האָט עס אױסגעפֿורעמט מיט אַ חֶרֶט, און האָט דערפֿון געמאַכט אַ געגאָסן קאַלב; און זײ האָבן געזאָגט: דאָס איז דײַן ג-טס, יִשׂרָאֵל, װאָס האָט דיך אױפֿגעבראַכט פֿון לאַנד מִצרַיִם.
5און װי אַהרן האָט דאָס געזען, אַזױ האָט ער געבױט פֿאַר אים אַ מזבח, און אַהרן האָט אױסגערופֿן און געזאָגט: אַ יוֹם-טובֿ צו ה׳ איז מאָרגן. 6און זײ האָבן זיך געפֿעדערט אױף מאָרגן, און האָבן אױפֿגעבראַכט בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}, און גענענט פֿרידאָפּפֿער {זֶבַֿח שְׁלָמִים}; און דאָס פֿאָלק האָט זיך געזעצט עסן און טרינקען, און זײ זײַנען אױפֿגעשטאַנען זיך צו שפּילן.
7האָט ה׳ גערעדט צו משהן: גײ נידער אַראָפּ, װאָרום פֿאַרדאָרבן געװאָרן איז דײַן פֿאָלק, װאָס דו האָסט אױפֿגעבראַכט פֿון לאַנד מִצרַיִם; 8זײ האָבן זיך גיך אָפּגעקערט פֿון דעם װעג װאָס איך האָב זײ באַפֿױלן; זײ האָבן זיך געמאַכט אַ געגאָסן קאַלב, און האָבן זיך געבוקט צו אים, און זײ האָבן מקריבֿ געװען צו אימ, און געזאָגט: דאָס איז דײַן ג-טס, יִשׂרָאֵל, װאָס האָט דיך אױפֿגעבראַכט פֿון לאַנד מִצרַיִם. 9און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן: איך האָב געזען דאָס דאָזיקע פֿאָלק, ערשט עס איז אַ האַרטנעקיק פֿאָלק; 10און אַצונד לאָז מיך, און מײַן צאָרן {אַף}#32‏.10 צאָרן {אַף}. ה׳ס שטורעמען צאָרן איז אַנטפּלעקט זיך פֿון הימל. און זײ האָבן אױפֿגעהױבן יונה, און האָבן אים אַרײַנגעװאָרפֿן אין ים, און דער ים האָט זיך אָפּגעשטעלט פֿון זײַן שטורעמען צאָרן. אַזױ איז משיח װעמען ה׳ האָט אַרױסגעשטעלט אַלס אַ כפורת אין זײַן בלוט צו זײַן באַקומען דורך אמוּנה. פֿון װעגן דעם יסורים פֿון משיחס נפֿש אין ה׳ס צאָרן װעט ה׳ זען און זײַן צאָרן זאַט װערן; דורך דערקענטעניש פֿון משיח צו זײַן באַקומען דורך אמוּנה װעט מײַן גערעכטער קנעכט פֿיל גערעכט מאַכן און זײערע צאָרן-אַרויסרופען זינד װעט ער טראָגן. יוֹנָה 1‏.15; יְשַעְיָה 53‏.11 װעט גרימען אױף זײ, און איך װעל זײ פֿאַרלענדן, און װעל דיך מאַכן פֿאַר אַ גרױס פֿאָלק.
11האָט משה געבעטן פֿאַר ה׳ זײַן ג-ט, און ער האָט געזאָגט: פֿאַר װאָס, ה׳, זאָל גרימען דײַן צאָרן אױף דײַן פֿאָלק, װאָס דו האָסט אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מִצרַיִם מיט גרױס כּוֹח און מיט אַ שטאַרקער האַנט? 12פֿאַר װאָס זאָלן זאָגן די מִצרַיִם, אַזױ צו זאָגן: צום בײזן האָט ער זײ אַרױסגעצױגן, כּדי זײ צו הרגען אין די בערג, און זײ צו פֿאַרלענדן פֿון דעם געזיכט פֿון דער ערד? קער זיך אָפּ פֿון דײַן גרימצאָרן, און האָב חרטה אױף דעם בײז צו דײַן פֿאָלק. 13דערמאָן זיך אָן אבֿרהם, אָן יִצחָק, און אָן יִשׂרָאֵל, דײַנע קנעכט, װאָס דו האָסט זײ געשװאָרן בײַ זיך, און האָסט צו זײ גערעדט: איך װעל מערן אײַער זאָמען אַזױ װי די שטערן פֿון הימל, און דאָס דאָזיקע גאַנצע לאַנד װאָס איך האָב געזאָגט, װעל איך געבן צו אײַער זאָמען, און זײ װעלן עס אַרבן אױף אײביק.
14האָט ה׳ חרטה געהאַט אױף דעם בײז װאָס ער האָט געזאָגט צו טאָן צו זײַן פֿאָלק.
15און משה האָט זיך אומגעקערט, און האָט אַראָפּגענידערט פֿון באַרג, מיט די צװײ לוחות פֿון צײגנים {עֵדוּת פֿון עשרת הדברים, סהדא, צײגע, עד התּביעה}#32‏.15 שְמוֹת 20‏.1‏-2‏; שְמוֹת 5‏.2; שְמוֹת 20‏.3‏-6; דְבָֿרִים 17‏.2‏-7; שְמוֹת 20‏.7‏; וַיִּקְרָא 24‏.15‏-16; שְמוֹת 20‏.8‏-11‏; במִדְבר 15‏.32‏-35; שְמוֹת 20‏.12‏; וַיִּקְרָא 20‏.9; שְמוֹת 20‏.13‏; במִדְבר 35‏.30; שְמוֹת 20‏.14‏; וַיִּקְרָא 20‏.10; שְמוֹת 20‏.15‏; יְהוֹשועַ 7‏.21; שְמוֹת 20‏.16‏; במִדְבר 16‏.1‏-35; שְמוֹת 20‏.17‏; יְהוֹשועַ 7‏.21; יְשַעְיָה 53‏.11 די בשורת הגאולה איז נישט פֿארשטאַנען. אנשי אַמת טאָן פֿארשטאײן. די עשרת הדברים איז דײַן אַרעסט־באַפֿעל און דער משפּט מות װעט זײַן דײַן פּסק־דין. װאָרום אַלע, װאָס זענען פארלאזן זיך אױף די מעשׂים פֿון דער (מחמיר חומרא) געזעץ (אױף די װערט פֿון תרי״ג זכות), זענען אונטער אַ קללה; װײַל עס שטײט געשריבן: פארשאלטן איז יעדער אײנער, װעלכער פֿאַרבלײַבט נישט אין אַלעם, װאָס עס שטײט געשריבן אין דער סֵפֿר תורה, עס צו טאָן. (דְבָֿרִים 27‏.26) ‏ משיח האָט אונדז אױסגעלײזט פֿון דער קללה פֿון דער תורה, װערנדיק אַ קללה פֿאַר אונדזערטװעגן; װײַל עס שטײט געשריבן; פארשאלטן איז יעדער אײנער, װעלכער הענגט אױף אַ בױם; (דְבָֿרִים 21‏.23) נאָר אַז דורך דער (מחמיר חומרא) געזעץ װערט קײנער נישט גערעכטפערטיקט פֿאַר ה׳ איז באַשײַמפּערלעך קלאר; װײַל; װעט מײַן גערעכטער קנעכט פֿיל גערעכט מאַכן יְשַעְיָה 53‏.11, דער צדיק װעט דורך אמוּנה לעבן; (חֲבַֿקוּק 2‏.4) ‏ זאָלט איר אָפּטאָן דעם אַלטן מענטשן, װעלכער גײט צו גרונט פֿון די פארפירערישע תּאװת, ‏ און באַנײַט װערן אינם גײַסט פֿון אײַער פֿאַרשטאַנד. און זאָלט זיך אָנקלײדן דעם נײַעם מענטשן (תְּהִלִּים 51‏.12), װאָס איז באַשאַפֿן געװאָרן לויט (דעם דמות) אלֹקים אין צדקות און קדושה אין משיח אין זײַן האַנט, לוחות באַשריבן פֿון זײערע בײדע זײַטן; פֿון דער זײַט און פֿון יענער זײַט זײַנען זײ געװען באַשריבן. 16און די לוחות זײַנען געװען די אַרבעט פֿון אלֹקים, און דער כּתבֿ איז געװען דער כּתבֿ פֿון אלֹקים, אױסגעקריצט אױף די לוחות.
17און יְהוֹשועַ#32‏.17 זען הערה יְהוֹשועַן/ישוּעַ איז נאָמען פֿון צמח משיח זכַריָה 6‏.11‏-12; עֶזְרָא 3‏.8 האָט געהערט דעם קֹול פֿון דעם פֿאָלק אין זײַן שאַלן, און ער האָט געזאָגט צו משהן: אַ קֹול פֿון מלחמה איז אין לאַגער.
18האָט ער געזאָגט: עס איז נישט אַ קֹול פֿון געשרײ פֿון גבֿורה, און נישט אַ קֹול פֿון געשרײ פֿון שװאַכקײט; אַ קֹול פֿון זינגען הער איך.
19און עס איז געװען, װי ער האָט גענענט צום לאַגער, און האָט געזען דאָס קאַלב און די טענץ, אַזױ האָט געגרימט דער צאָרן פֿון משהן, און ער האָט אַ װאָרף געטאָן פֿון זײַנע הענט די לוחות, און האָט זײ צעבראָכן אונטערן באַרג. 20און ער האָט גענומען דאָס קאַלב, װאָס זײ האָבן געמאַכט, און האָט פֿאַרברענט אין פֿײַער, און צעמאָלן ביז װאַנען עס איז געװאָרן דין, און האָט צעשאָטן אױפֿן װאַסער, און געגעבן טרינקען די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל.
21און משה האָט געזאָגט צו אַהרֹנען: װאָס האָט דיר דאָס דאָזיקע פֿאָלק געטאָן, װאָס דו האָסט געבראַכט אױף אים אַ גרױסע זינד?
22האָט אַהרן געזאָגט: זאָל נישט גרימען דער צאָרן פֿון מײַן האַר; דו קענסט דאָס פֿאָלק, אַז ער איז שלעכט. 23האָבן זײ צו מיר געזאָגט: מאַך אונדז אַ ג-טס װאָס זאָל גײן פֿאַר אונדז, װאָרום דער דאָזיקער מאַן משה, װאָס האָט אונדז אױפֿגעבראַכט פֿון לאַנד מִצרַיִם, װײסן מיר נישט װאָס מיט אים איז געװאָרן. 24האָב איך צו זײ געזאָגט: װער עס האָט גאָלד, נעמט אַראָפּ פֿון זיך; און זײ האָבן מיר געגעבן, און איך האָב עס אַרײַנגעװאָרפֿן אין פֿײַער, און עס איז אַרױסגעקומען דאָס דאָזיקע קאַלב.
25און משה האָט געזען דאָס פֿאָלק, אַז עס איז צעװילדערט, װײַל אַהרן האָט עס צעװילדערט, צו שאַנד בײַ זײערע פֿײַנט. 26האָט משה זיך געשטעלט אין טױער פֿון לאַגער, און האָט געזאָגט: װער פֿאַר ה׳, צו מיר! האָבן זיך אײַנגעזאַמלט צו אים אַלע קינדער פֿון לֵוִי. 27און ער האָט צו זײ געזאָגט: אַזױ האָט געזאָגט ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל: טוט אָן איטלעכער זײַן שװערד אױף זײַן דיך, גײט דורך הין און צוריק פֿון טױער צו טױער אין לאַגער, און הרגעט איטלעכער זײַן ברודער, און איטלעכער זײַן חבֿר, און איטלעכער זײַן קרובֿ.
28האָבן די קינדער פֿון לֵוִי געטאָן אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון משהן, און עס זײַנען געפֿאַלן פֿון פֿאָלק אין יענעם טאָג אַרום דרײַ טױזנט מאַן. 29און משה האָט געזאָגט: דערפֿילט אײַער האַנט הײַנט צו ה׳, װײַל איטלעכער איז געװען אַקעגן זײַן זון, און אַקעגן זײַן ברודער, און כּדי אײַך הײַנט צו געבן אַ ברכה.
30און עס איז געװען אױף מאָרגן, האָט משה געזאָגט צום פֿאָלק: איר האָט געזינדיקט אַ גרױסע זינד; און אַצונד װעל איך אַרױפֿגײן צו ה׳, אפֿשר װעל איך מכַפּר זײַן אױף אײַער זינד.
31האָט משה זיך אומגעקערט צו ה׳, און האָט געזאָגט: איך בעט דיך, דאָס דאָזיקע פֿאָלק האָט געזינדיקט אַ גרױסע זינד, און זײ האָבן זיך געמאַכט אַ ג-טס פֿון גאָלד. 32איז, אַצונד, אױב דו װעסט פֿאַרגעבן זײער זינד – און אױב נישט, מעק מיך אױס, איך בעט דיך, פֿון דײַן בוך#דָניאֵל 12‏.1; תְּהִלִּים 69‏.29; מַלאָכי 3‏.16 װאָס דו האָסט געשריבן.
33האָט ה׳ געזאָגט צו משהן: װער עס האָט געזינדיקט צו מיר, אים װעל איך אױסמעקן פֿון מײַן בוך. 34און אַצונד גײ פֿיר דאָס דאָזיקע פֿאָלק אַהין װוּ איך האָב דיר געזאָגט; זע, מײַן מלאך װעט גײן דיר פֿאַרױס; אָבער אין דעם טאָג, װאָס איך רעכן זיך, װעל איך זיך רעכענען מיט זײ פֿאַר זײער זינד.
35און ה׳ האָט געפּלאָגט דאָס פֿאָלק פֿאַר װאָס זײ האָבן געמאַכט דאָס קאַלב, װאָס אַהרן האָט געמאַכט.

Currently Selected:

שְמוֹת לב: OYT2023

Highlight

Share

Copy

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in