שְמוֹת לא
לא
1און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן אַזױ צו זאָגן: 2זע, איך האָב גערופֿן מיטן נאָמען בצַלאֵל דעם זון פֿון אורי דעם זון פֿון חורן, פֿון שבֿט יהוּדה, 3און איך האָב אים אָנגעפֿילט מיט דעם רוּחַ אלֹקים {רוּחַ הַקֹּדֶשׁ}, אין חכמה, און אין פֿאַרשטאַנדיקײט און אין קענשאַפֿט, און אין יעטװעדער מלאָכה, 4אױסצוקינצלען קונציקע זאַכן, צו אַרבעטן אין גאָלד, און אין זילבער, און אין קופּער; 5און אין שנײַדונג פֿון שטײנער צום אײַנפֿאַסן, און אין שניצונג פֿון האָלץ, צו אַרבעטן אין יעטװעדער מלאָכה. 6און איך, זע, האָב צוגעגעבן צו אים אָהליאָב דעם זון פֿון אַחיסָמָכן, פֿון שבֿט דָן; און אין האַרצן פֿון אַלע קלוגהאַרציקע האָב איך אַרײַנגעגעבן חכמה, אַז זײ זאָלן מאַכן אַלץ װאָס איך האָב דיר באַפֿױלן: 7דעם אוֹהל-מוֹעד, און דעם אָרון פֿאַרן צײגנים {עֵדוּת פֿון עשרת הדברים, סהדא, צײגע, עד התּביעה},#31.7 שְמוֹת 20.1-2; שְמוֹת 5.2; שְמוֹת 20.3-6; דְבָֿרִים 17.2-7; שְמוֹת 20.7; וַיִּקְרָא 24.15-16; שְמוֹת 20.8-11; במִדְבר 15.32-35; שְמוֹת 20.12; וַיִּקְרָא 20.9; שְמוֹת 20.13; במִדְבר 35.30; שְמוֹת 20.14; וַיִּקְרָא 20.10; שְמוֹת 20.15; יְהוֹשועַ 7.21; שְמוֹת 20.16; במִדְבר 16.1-35; שְמוֹת 20.17; יְהוֹשועַ 7.21; יְשַעְיָה 53.11 די בשורת הגאולה איז נישט פֿארשטאַנען. אנשי אַמת טאָן פֿארשטאײן. די עשרת הדברים איז דײַן אַרעסט־באַפֿעל און דער משפּט מות װעט זײַן דײַן פּסק־דין. װאָרום אַלע, װאָס זענען פארלאזן זיך אױף די מעשׂים פֿון דער (מחמיר חומרא) געזעץ (אױף די װערט פֿון תרי״ג זכות), זענען אונטער אַ קללה; װײַל עס שטײט געשריבן: פארשאלטן איז יעדער אײנער, װעלכער פֿאַרבלײַבט נישט אין אַלעם, װאָס עס שטײט געשריבן אין דער סֵפֿר תורה, עס צו טאָן. (דְבָֿרִים 27.26) משיח האָט אונדז אױסגעלײזט פֿון דער קללה פֿון דער תורה, װערנדיק אַ קללה פֿאַר אונדזערטװעגן; װײַל עס שטײט געשריבן; פארשאלטן איז יעדער אײנער, װעלכער הענגט אױף אַ בױם; (דְבָֿרִים 21.23) נאָר אַז דורך דער (מחמיר חומרא) געזעץ װערט קײנער נישט גערעכטפערטיקט פֿאַר ה׳ איז באַשײַמפּערלעך קלאר; װײַל; װעט מײַן גערעכטער קנעכט פֿיל גערעכט מאַכן יְשַעְיָה 53.11, דער צדיק װעט דורך אמוּנה לעבן; (חֲבַֿקוּק 2.4) זאָלט איר אָפּטאָן דעם אַלטן מענטשן, װעלכער גײט צו גרונט פֿון די פארפירערישע תּאװת, און באַנײַט װערן אינם גײַסט פֿון אײַער פֿאַרשטאַנד. און זאָלט זיך אָנקלײדן דעם נײַעם מענטשן (תְּהִלִּים 51.12), װאָס איז באַשאַפֿן געװאָרן לויט (דעם דמות) אלֹקים אין צדקות און קדושה אין משיח און דעם דעק {כַּפֹּרֶת} װאָס איבער אים, און אַלע כּלים פֿון געצעלט {אֹהֶל}; 8און דעם טיש און זײַנע כּלים, און די רײנע מנוֹרה און אַלע אירע כּלים, און דעם מזבח פֿאַר װײַרעך; 9און דעם מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} און אַלע זײַנע כּלים, און דעם האַנטפֿאַס און זײַן געשטעל; 10און די געשטריקטע קלײדער, און די הײליקע קלײדער פֿאַר אַהרן דעם כֹּהן, און די קלײדער פֿון זײַנע זין, אױף צו טאָן די כּהונה; 11און דאָס אײל פֿון זאַלבונג, און דעם װײַרעך פֿון שמעקעדיקע געװירצן פֿאַרן הײליקטום; אַזױ װי אַלץ װאָס איך האָב דיר באַפֿױלן, זאָלן זײ טאָן.
12און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 13דו רעד אױך צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, אַזױ צו זאָגן: איר זאָלט נאָר אָפּהיטן מײַנע שבתים, װאָרום אַ צײכן איז דאָס צװישן מיר און צװישן אײַך אױף אײַערע דוֹר-דוֹרות, כּדי איר זאָלט װיסן, אַז איך ה׳ הײליק אײַך. 14און איר זאָלט היטן שבת, װאָרום ער איז הײליק פֿאַר אײַך; דער װאָס פֿאַרשװעכט אים, זאָל טײטן געטײט װערן; װאָרום איטלעכער װאָס טוט אין אים אַן אַרבעט, יענע זעל זאָל פֿאַרשניטן {כרת}#31.14 זען הערה דָניאֵל 9.25-26 װערן פֿון צװישן איר פֿאָלק. 15זעקס טעג זאָל געטאָן װערן אַרבעט, אָבער אױפֿן זיבעטן טאָג זאָל זײַן אַ שבת פֿון רוּונג, הײליק צו ה׳; איטלעכער װאָס טוט אַן אַרבעט אין טאָג פֿון שבת, זאָל טײטן געטײט װערן. 16און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זאָלן היטן שבת, צו האַלטן שבת אױף זײערע דוֹר-דוֹרות; אַן אײביקער בְּרִית. 17צװישן מיר און צװישן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל איז דאָס אַ צײכן אױף אײביק, אַז זעקס טעג האָט ה׳ געמאַכט דעם הימל און די ערד, און אױפֿן זיבעטן טאָג האָט ער אױפֿגעהערט און גערוט.
18און ער האָט געגעבן משהן, װי ער האָט געענדיקט רעדן מיט אים אױפֿן באַרג סינַי, די צװײ לוחות פֿון צײגנים {עֵדוּת פֿון עשרת הדברים, סהדא, צײגע, עד התּביעה}, שטײנערנע לוחות געשריבן מיט דעם פֿינגער פֿון אלֹקים.
Currently Selected:
שְמוֹת לא: OYT2023
Highlight
Share
Copy
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Copyright Artists for Israel International © 2023 Orthodox Hasidic Yiddish Tanakh