YouVersion Logo
Search Icon

שְמוֹת לג

לג
1און ה׳ האָט גערעדט צו משהן: קום, גײ אַרױף פֿון דאַנען, דו און דאָס פֿאָלק װאָס דו האָסט אױפֿגעבראַכט פֿון לאַנד מִצרַיִם, צו דעם לאַנד װאָס איך האָב געשװאָרן צו אבֿרהמען, צו יִצחָקן, און צו יעקבֿן, אַזױ צו זאָגן: צו דײַן זאָמען װעל איך עס געבן – 2און איך װעל שיקן דיר פֿאַרױס אַ מלאך, און װעל פֿאַרטרײַבן דעם כּנַעֲני, דעם אֶמוֹרי, און דעם חִתּי, און דעם פּרִזי, דעם חִוִי, און דעם יבֿוסי – 3צו אַ לאַנד װאָס פֿליסט מיט מילך און האָניק – װאָרום איך װעל נישט אַרױפֿגײן צװישן דיר, װײַל אַ האַרטנעקיק פֿאָלק ביסטו; איך קען דיך נאָך פֿאַרלענדן אױפֿן װעג.
4האָט דאָס פֿאָלק געהערט דעם דאָזיקן שלעכטן אָנזאָג, און זײ האָבן געטרױערט, און האָבן קײנער נישט אָנגעטאָן זײַן צירונג אױף זיך.
5און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן: זאָג צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל: איר זײַט אַ האַרטנעקיק פֿאָלק; אײן רגע װען איך זאָל אַרױפֿגײן צװישן דיר, װעל איך דיך פֿאַרלענדן. און אַצונד נעם אַראָפּ דײַן צירונג פֿון זיך, און איך װעל באַטראַכטן, װאָס איך זאָל טאָן צו דיר.
6האָבן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זיך אױסגעטאָן זײער צירונג פֿון באַרג חוֹרֵבֿ אָן.
7און משה פֿלעגט נעמען דאָס געצעלט {אֹהֶל}, און פֿלעגט עס זיך אױפֿשטעלן אױסן לאַגער, װײַט פֿון לאַגער, און פֿלעגט עס רופֿן אוֹהל-מוֹעד. און עס איז געװען, איטלעכער װאָס האָט געזוכט ה׳, פֿלעגט אַרױסגײן צום אוֹהל-מוֹעד װאָס אױסן לאַגער. 8און עס איז געװען, װי משה איז אַרױסגעגאַנגען צום געצעלט {אֹהֶל}, אַזױ פֿלעגט דאָס גאַנצע פֿאָלק זיך אױפֿשטעלן, און שטײן איטלעכער אין אײַנגאַנג פֿון זײַן געצעלט {אֹהֶל}, און נאָכקוקן משהן, ביז ער גײט אַרײַן אין געצעלט {אֹהֶל}. 9און עס איז געװען, װי משה איז אַרײַנגעגאַנגען אין געצעלט {אֹהֶל}, פֿלעגט אַראָפּנידערן דער װאָלקנזײַל, און שטײן בײַם אײַנגאַנג פֿון געצעלט {אֹהֶל}, און ה׳ פֿלעגט רעדן מיט משהן. 10און דאָס גאַנצע פֿאָלק פֿלעגט זען דעם װאָלקנזײַל שטײן בײַם אײַנגאַנג פֿון געצעלט, און דאָס גאַנצע פֿאָלק פֿלעגט אױפֿשטײן, און זיך בוקן איטלעכער בײַם אײַנגאַנג פֿון זײַן געצעלט {אֹהֶל}.
11און ה׳ פֿלעגט רעדן צו משהן פּנים אֶל פּנים, אַזױ װי אַ מענטש רעדט צו זײַן חבֿר. און ער פֿלעגט זיך אומקערן אין לאַגער, אָבער זײַן באַדינער יְהוֹשועַ#33‏.11 זען הערה יְהוֹשועַן/ישוּעַ איז נאָמען פֿון צמח משיח זכַריָה 6‏.11‏-12; עֶזְרָא 3‏.8 דער זון פֿון נון, אַ יונגער מאַן, פֿלעגט נישט אָפּטרעטן פֿון געצעלט {אֹהֶל}.
12און משה האָט געזאָגט צו ה׳: זע, דו זאָגסט צו מיר: ברענג אױף דאָס דאָזיקע פֿאָלק, אָבער דו האָסט מיך נישט געלאָזט װיסן, װעמען דו װעסט שיקן מיט מיר. דו האָסט דאָך געזאָגט: איך האָב דיך דערקענט מיטן נאָמען, און האָסט אױך געפֿונען חֵן אין מײַנע אױגן. 13און אַצונד, אױב, איך בעט דיך, איך האָב געפֿונען חֵן אין דײַנע אױגן, לאָז מיך װיסן, איך בעט דיך, דײַנע װעגן, אַז איך זאָל דיך קענען, כּדי איך זאָל געפֿינען חֵן אין דײַנע אױגן; און זע אַז דאָס דאָזיקע פֿאָלק איז דאָך דײַן פֿאָלק.
14האָט ער געזאָגט: מײַן פּנים װעט מיטגײן, און איך װעל דיך באַרוען.
15האָט ער צו אים געזאָגט: אױב דײַן פּנים גײט נישט מיט אונדז, זאָלסטו אונדז נישט אױפֿברענגען פֿון דאַנען. 16װאָרום מיט װאָס דען זאָל דערקענט װערן, אַז איך האָב געפֿונען חֵן אין דײַנע אױגן, איך און דײַן פֿאָלק, אױב נישט דורך דײַן גײן מיט אונדז, אַז מיר זאָלן אָפּגעזאנדערט זײַן, איך און דײַן פֿאָלק, פֿון אַלעם פֿאָלק װאָס אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד?
17האָט ה׳ געזאָגט צו משהן: אױך די דאָזיקע זאַך װאָס דו האָסט געזאָגט, װעל איך טאָן, װײַל דו האָסט געפֿונען חֵן אין מײַנע אױגן, און איך האָב דיך דערקענט מיטן נאָמען.
18האָט ער געזאָגט: לאָז מיך זען דײַן פּראַכט, איך בעט דיך.
19האָט ער געזאָגט: איך װעל מאַכן פֿאַרבײַגײן אַל מײַן גוטסקײט#33‏.19 נבֿואה פֿון משיח בן דָוִד; זען הערה דָניאֵל 7‏.14 פֿאַר דײַן פּנים, און איך װעל אױסרופֿן פֿאַר דיר דעם נאָמען ה׳; און איך װעל לײַטזעליקן װעמען איך װעל לײַטזעליקן, און װעל דערבאַרימען װעמען איך װעל דערבאַרימען. 20און ער האָט געזאָגט: קענסט נישט זען מײַן פּנים, װאָרום אַ מענטש קען מיך נישט זען און בלײַבן לעבן. 21און ה׳ האָט געזאָגט: אָן איז אַן אָרט בײַ מיר; זאָלסטו זיך שטעלן אױפֿן פֿעלז. 22און עס װעט זײַן, װען מײַן פּראַכט גײט פֿאַרבײַ, װעל איך דיך אַרײַנטאָן אין אַ שפּאַלט פֿון דעם פֿעלז, און איך װעל אַרױפֿדעקן מײַן האַנט אױף דיר, ביז איך װעל פֿאַרבײַגײן. 23און אַז איך װעל אָפּטאָן מײַן האַנט, װעסטו זען מײַן רוקן; אָבער מײַן פּנים קען נישט געזען װערן.

Currently Selected:

שְמוֹת לג: OYT2023

Highlight

Share

Copy

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in