רוימער בריוו 16
16
קאפיטל זעכצן
1איך דערמאן צו אייך צום גוטן אונדזער שוועסטער פעבע, וועלכע איז אויך א שמשית אין דער קהלה פון קענקרעא, 2כדי איר זאלט זי אזוי אויפנעמען אינם האר ווי עס שטייט אָן פאר קדושים, אז איר זאלט איר העלפן אין אלעם, אין וואס זי וועט אייך נאר ברויכן; ווארום זי איז אויך געווען א העלפערין פאר פילע, און פאר מיר אליין.
3גיט אפ שלום פריסקאן און אקווילאן, מיינע מיטארבעטער אינם משיח יהושע/ישוע, 4וועלכע האבן געלייגט זייער אייגענעם האלדז פאר מיין לעבן; וועמען נישט נאר איך בין דאנקבאר, נאר אויך אלע קהלות פון די אומות העולם; 5און גיט אפ שלום דער קהלה אין זייער הויז און גיט אפ שלום מיין געליבטן עפאנעטוס, וואס איז די ערשטע פרוכט צום משיח אין אזיען. 6גיט אפ שלום מרימען, וועלכע האט פיל געארבעט פאר אייערטוועגן. 7גיט אפ שלום אנדראניקוסן און יוניוסן, מיינע קרובים און מיינע מיטגעפאנגענע, וועלכע זענען בארימט צווישן די שליחים, און זענען שוין געווען אינם משיח פאר מיר. 8גיט אפ שלום אמפליאטוסן, מיין געליבטן אינם האר. 9גיט אפ שלום אורבאנוסן, אונדזער מיטארבעטער אינם משיח, און מיין געליבטן סטאכיס. 10גיט אפ שלום אפעלעסן, דעם אויסגעפרואווטן (מאמין) אינם משיח. גיט אפ שלום דעם הויזגעזינד פון אריסטאבולוס. 11גיט אפ שלום מיין קרוב העראדיאן. גיט אפ שלום די פון דעם הויזגעזינד פון נארציסוס, וואס זענען אינם האר. 12גיט אפ שלום טריפיינא און טריפאסא, וואס האבן שווער געארבעט אינם האר. גיט אפ שלום די געליבטע פערסיס, וועלכע האט זייער פיל געארבעט אינם האר. 13גיט אפ שלום רופוסן, דעם אויסדערוויילטן אינם האר, און די מוטער זיינע און מיינע. 14גיט אפ שלום אסינקריטוסן, פלעגאנען, הערמעסן, פאטראבאסן, הערמאסן, און די ברידער ביי זיי. 15גיט אפ שלום פילאלאגוסן און יוליאן, נערעאוסן און זיין שוועסטער, אויך אלימפאסן, און אלע הייליקע, וואס זענען מיט זיי. 16גיט אפ שלום איינער דעם אנדערן מיט א הייליקן קוש. אלע קהלות פונם משיח גיבן אייך אפ שלום.
17און איך בעט אייך, ברידער, אכטונג צו געבן אויף די, וואס מאכן אָן מחלוקת און מיכשולים להיפך צו דעם לערנען, וואס איר זענט געלערנט געווארן; און מיידט זיי אויס. 18ווארום אזעלכע מענטשן דינען נישט אונדזער האר משיח, נאר זייער אייגענעם בויך; און דורך שיינע און גלאטע רייד פארפירן זיי די הערצער פון די פשוטע מענטשן. 19ווארום אייער געהארכזאמקייט איז אלעמען באקאנט. דעריבער פריי איך מיך איבער אייך; נאר איך וויל, אז איר זאלט זיין חכמים וואס שייך דעם גוטן און תמימים וואס שייך דעם שלעכטן. 20און דער ג‑ט פון שלום וועט אין גיכן צעטרעטן דעם שׂטן אונטער אייערע פיס. זאל דער חסד פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח זיין מיט אייך אלעמען.
21טימאטעוס, מיין מיטארבעטער, און לוקיוס און יאזאן און סאסיפאטער, מיינע קרובים, גיבן אייך אפ שלום. 22איך, טערציוס, דער שרייבער פון דעם בריוו, גיב אייך אפ שלום אינם האר. 23גאיוס, וועמעס גאסטפריינדשאפט איך און די גאנצע קהלה געניסן, גיט אייך אפ שלום. עראסטוס, דער שאצמייסטער פון דער שטאט, און קווארטוס דער ברודער, גיבן אייך אפ שלום. 24דער חסד פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח זאל זיין מיט אייך אלעמען. אמן.
25צו אים אבער, וואס קען אייך שטארקן לויט מיין בשורה טובה און דאס דרשענען פון יהושע/ישוע המשיחן, לויט דער אנטפלעקונג פון דעם סוד, וואס איז געווען פארבארגן פון אייביקע צייטן אָן, 26איז אבער איצט נתגלה געווארן, און דורך די שריפטן פון די נביאים אויף באפעל פונם אייביקן ג‑ט באקאנט געמאכט צו אלע פעלקער צו דער געהארכזאמקייט פון דער אמונה; 27צו ה׳ דעם איינציקן חכם זאל זיין כבוד דורך יהושע/ישוע המשיחן לעלמי עולמים! אמן.
Currently Selected:
רוימער בריוו 16: OYBC
Highlight
Copy
Compare
Share
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament
© Artists for Israel International, 2022.