YouVersion Logo
Search Icon

א קארינטער בריוו 1

1
1פוילוס, בארופן צו זיין א שליח פון יהושע/ישוע המשיח, דורך ה׳ס רצון, און סאסטענעס, דער ברודער, 2צו דער קהלה פון ה׳, וועלכע איז אין קארינט, צו די געהייליקטע אינם משיח יהושע/ישוע, צו די בארופענע קדושים, צוזאמען מיט אלע, וואס רופן אָן דעם נאמען פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח אויף יעדן ארט, זייער (האר) און אונדזערער; 3חסד צו אייך און שלום פון ג‑ט, אונדזער פאטער, און פון דעם האר יהושע/ישוע המשיח.
4איך דאנק ה׳ תמיד פאר אייך, פאר דעם חסד פון ה׳, וואס איז אייך געגעבן געווארן אינם משיח יהושע/ישוע; 5אז אין אלעם זענט איר רייך געווארן אין אים, אין יעדן ווארט און אין יעדן וויסן; 6לויט ווי דאס עדות זאגן פונם משיח האט זיך געגרונטפעסטיקט אין אייך; 7אזוי, אז איר זענט נישט הינטערשטעליק געבליבן אין קיין שום מתנה; ווארטנדיק אויף דער אנטפלעקונג פונם האר אונדזערן יהושע/ישוע המשיח, 8וועלכער וועט אייך אויך גרונטפעסטיקן ביז צו סוף, (כדי איר זאלט זיין) אומשולדיק אין דעם טאג פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח. 9יא, ה׳ איז געטריי, דורך וועמען איר זענט גערופן געווארן צו דער חברותאשאפט פון זיין זון יהושע/ישוע המשיח דעם האר אונדזערן.
10איך בעט אייך אבער, ברידער, דורך דעם נאמען פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, אז איר זאלט אלע רעדן (איינס און) דאס זעלביקע, און אז עס זאלן נישט זיין צווישן אייך קיין מחלוקת; נאר אז איר זאלט זיין באפעסטיקט אין דעם זעלביקן זין און אין דער זעלביקער מחשבה. 11ווארום וועגן אייך, ברידער, בין איך געוואר געווארן דורך כלאעס (בני בית), אז עס זענען דא שטרייטיקייטן ביי אייך. 12און איך זאג דאס, ווייל יעדער איינער פון אייך זאגט: איך בין פון פוילוסן (ד.ה. פוילוס איז מיין רבי אא״וו.); און איך פון אפאלאסן; און איך פון כיפא; און איך פון דעם משיח. 13צי איז דען דער משיח צעטיילט געווארן? איז פוילוס פאר אייך אויפגעהאנגען אויף דער בוים געווארן? אדער זענט איר געטובלט געווארן אין דער מקווה אין דעם נאמען פון פוילוסן? 14איך דאנק ה׳, וואס איך האב קיינעם פון אייך נישט טובל געווען אין א מקווה אחוץ קריספוסן און גאיוסן; 15כדי קיינער זאל נישט זאגן, אז איר זענט געטובלט געווארן אין דער מקווה אין מיין נאמען. 16און איך האב אויך געטובלט אין דער מקווה די בני בית פון סטעפאנאסן; ווייטער ווייס איך נישט, צי איך האב טובל געווען אין דער מקווה עמיצן אנדערש. 17ווארום דער משיח האט מיך נישט געשיקט טובל צו זיין אין א מקווה, נאר אנצוזאגן די גוטע בשורה; נישט מיט קיין געקליגלט ווארט, כדי משיחס בוים זאל נישט אנטקרעפטיקט ווערן.
18ווארום דאס ווארט פונם בוים איז נארישקייט צו די, וועלכע ווערן פארלוירן; פאר אונדז אבער, וואס ווערן געראטעוועט, איז עס ה׳ס גבורה. 19ווארום עס שטייט געשריבן:
איך וועל צונישט מאכן די חכמה פון די חכמים,
און וועל פארווארפן דעם פארשטאנד פון די פארשטאנדיקע.
(ישעיהו כט, יד.)
20וואו איז דער חכם? וואו דער סופר? וואו דער בעל וויכוח פון דער דאזיקער וועלט? צי האט דען ה׳ נישט צו נאר געמאכט די חכמה פון דער וועלט? 21ווארום אזויווי אין דער חכמה פון ה׳ האט די וועלט נישט דערקענט ה׳ דורך חכמה, האט ה׳ באוויליקט דורך דער נארישקייט פון דרשענען צו ראטעווען די, וואס גלויבן. 22און בעת יידן פארלאנגען אותות און גריכן זוכן חכמה, 23רופן מיר אויס א משיח אויפגעהאנגען אויף דער בוים, פאר יידן טאקע א מיכשול, און פאר גריכן א נארישקייט; 24אבער פאר די גערופענע אליין, סאי יידן סאי גריכן, משיח די גבורה פון ה׳ און די חכמה פון ה׳. 25ווייל ה׳ס נארישקייט איז קליגער ווי מענטשן; און ה׳ס שוואכקייט שטארקער ווי מענטשן.
26ווארום איר זעט (דאך) אייער בארופונג, ברידער, אז עס איז נישטא (צווישן אייך) קיין סך חכמים לויט דעם פלייש, נישט פיל מעכטיקע, נישט פיל איידעלע; 27נאר די נארישע זאכן פון דער וועלט האט ג‑ט אויסדערוויילט, כדי צו פארשעמען די חכמים; און די שוואכע זאכן פון דער וועלט האט ה׳ אויסדערוויילט, כדי צו פארשעמען די שטארקע; 28און דאס נישט איידעלע פון דער וועלט, און דאס פאראכטעטע האט ה׳ אויסדערוויילט, אפילו דאס, וואס איז נישט, כדי מבטל צו זיין דאס, וואס איז יא; 29אזוי, אז קיין בשר (ודם) זאל זיך נישט בארימען פאר ה׳. 30פון אים אבער זענט איר אינם משיח יהושע/ישוע, וועלכער איז פאר אונדז געווארן חכמה פון ה׳, און צדקות און קדושה, און גאולה; 31כדי, ווי עס שטייט געשריבן: ווער עס בארימט זיך, דער זאל זיך בארימען אינם האר (ג‑ט). (ירמיהו ט, כג.)

Highlight

Copy

Compare

Share

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in