YouVersion Logo
Search Icon

רוימער בריוו 15

15
קאפיטל פיפצן
1מיר, די שטארקע, האבן א חוב, סובל צו זיין די שוואכקייטן פון די שוואכע, און נישט זיך אליין צו באפרידיקן. 2זאל יעדער איינער פון אונדז זוכן צו געפעלן זיין חבר צום גוטן, צו דערבויאונג. 3ווארום משיח האט אויך נישט געזוכט זיך אליין צו געפעלן, נאר ווי עס שטייט געשריבן: די חרפות, וואס דיינע באליידיקער האבן דיר אנגעטאן, זענען געפאלן אויף מיר. (תהלים סט, י.) 4ווארום אלץ, וואס איז פון פריער געשריבן, איז געשריבן געווארן פאר אונדזער באלערנונג, כדי דורך סבלנות און דער טרייסט פון די כתבי (הקודש) זאלן מיר האבן די האפענונג. 5און דער ג‑ט פון סבלנות און פון נחמה זאל אייך געבן, אז איר זאלט האבן צווישן זיך איין מחשבה לויט דעם משיח יהושע/ישוע; 6כדי איר זאלט איינשטימיק, מיט איין מויל, אפגעבן כבוד דעם ג‑ט און פאטער פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח.
7דערפאר זאלט איר מקרב זיין איינער דעם אנדערן, ווי אויך דער משיח האט אונדז מקרב געווען, צו ה׳ס כבוד. 8ווארום איך זאג, משיח איז געבוירן געווארן צו זיין א משרת פון די געמלטע צוליב דעם אמת פון ה׳, כדי צו באשטעטיקן די הבטחות צו די אבות, 9און כדי די אומות העולם זאלן אפגעבן כבוד צו ה׳ פאר זיינע רחמים, ווי עס שטייט געשריבן: דערפאר וועל איך דיך לויבן צווישן די פעלקער, און צו דיין נאמען זינגען. (תהלים יח, נ.) 10און ווידער ווערט געזאגט: פריידט זיך, איר אומות (העולם), מיט זיין פאלק. (דברים לב, מג.) 11און ווידער: לויבט דעם האר (ג‑ט), איר אלע אומות (העולם), און גיט אים א שבח, אלע פעלקער. (תהלים קיז, א.) 12און ווידער ישעיהו זאגט: עס וועט זיין דער ווארצל פון ישי, און דער, וואס שטייט אויף צו הערשן איבער די אומות (העולם); צו אים וועלן די פעלקער האפן. (ישעיהו יא, א, י.) 13און דער ג‑ט פון האפענונג זאל אייך אנפילן מיט יעדער שמחה און שלום אינם גלויבן, כדי איר זאלט זיין רייך אין דער האפענונג דורך דער גבורה פונם רוח הקודש.
14מיינע ברידער, איך אליין בין בטוח וועגן אייך, אז איר זענט פול מיט גוטסקייט, אנגעפילט מיט יעדן וויסן, און זענט אימשטאנד צו זאגן שטראף רייד איינער דעם אנדערן. 15איך אבער האב געשריבן צו אייך, טיילווייז דרייסט, אזוי ווי אייך צו דערמאנען דורך דעם חסד, וואס איז מיר געגעבן געווארן פון ה׳, 16צו זיין א קנעכט פונם משיח יהושע/ישוע צו די אומות העולם, דינענדיק ווי א כהן אין דער בשורה טובה פון ה׳, כדי דאס קרבן פון די אומות העולם זאל ווערן באוויליקט, געהייליקט דורך דעם רוח הקודש.
17איך האב דעריבער עפעס, מיט וואס זיך צו בארימען אינם משיח יהושע/ישוע, מיט די ענינים, וואס זענען שייך ה׳. 18ווארום איך וועל מיך נישט אונטערשטעלן צו רעדן פון עפעס אחוץ פון דעם, וואס משיח האט געווירקט דורך מיר, צו ברענגען די אומות העולם צו געהארכזאמקייט, אין ווארט און בפועל ממש, 19מיט דער גבורה פון אותות און מופתים, מיט דער גבורה פונם רוח הקודש, אזוי, אז איך האב פון ירושלים און דער געגנט ארום ביז איליריקיען אומעטום פולשטענדיק אנגעזאגט די בשורה טובה פונם משיח; 20פלייסנדיק מיך אזוי, אנצוזאגן די בשורה טובה וואו משיחס נאמען איז נאך נישט געווען באקאנט, כדי איך זאל נישט בויען אויף אן אנדערנס יסוד, 21נאר ווי עס שטייט געשריבן: זיי, וועמען עס איז נישט דערציילט געווארן וועגן אים, וועלן זען, און די, וואס האבן נישט געהערט, וועלן פארשטיין. (ישעיהו נב, טו.)
22צוליב וועלכן איך בין טאקע מערערע מאל געשטערט געווארן צו קומען צו אייך. 23אבער איצט, שוין נישט האבנדיק קיין ארט אין די דאזיקע מקומות און לעכצנדיק יארנלאנג צו קומען צו אייך, 24וועל איך צו אייך קומען, ווען איך וועל זיין אויפן וועג קיין שפאניען. ווארום איך האף אייך צו זען אויף דער דורכרייזע, און פון אייך געשיקט צו ווערן דארטן אהין, ווען איך וועל מיך צום ערשט אביסל זעטיקן פון אייך.
25איצט אבער פאר איך קיין ירושלים, צו דינען די קדושים. 26ווארום עס איז מאצעדאניען און אכאיא וואוילגעפעלן צו מאכן א געמיינזאמע נדבה לטובת די ארעמע צווישן די קדושים אין ירושלים. 27ווארום עס איז זיי וואוילגעפעלן, און זיי זענען זייערע בעלי חוב. ווייל אויב די אומות העולם האבן א חלק אין זייערע רוחניותדיקע זאכן, זענען זיי מחייב זיי צו דינען אין גשמיותדיקע זאכן. 28דעריבער ווען איך וועל האבן געענדיקט דאס דאזיקע, און האבנדיק פארחתמעט פאר זיי די דאזיקע פרוכט, וועל איך דורכרייזן אייער לאנד קיין שפאניען. 29און איך ווייס, אז קומענדיק צו אייך, וועל איך קומען מיט דער פולקייט פון משיחס ברכה.
30איך בעט אייך אבער, ברידער, דורך אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח און דורך דער ליבע פונם גייסט, אז איר זאלט מיטקעמפן מיט מיר אין אייערע תפילות פאר מיר צו ה׳, 31כדי איך זאל ניצול ווערן פון די ווידערשפעניקע אין יהודה, און אז מיין דינסט אין ירושלים זאל זיין אנגענעם צו די קדושים; 32כדי איך זאל קומען מיט שמחה צו אייך, אם ירצה ה׳, און זיך אפרוען ביי אייך. 33און דער ג‑ט פון שלום זאל זיין מיט אייך אלעמען. אמן.

Highlight

Copy

Compare

Share

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in