די אנטפלעקונג 21
21
קאפיטל איין און צוואנציק
1און איך האב געזען א נייעם הימל און א נייע ערד; ווארום דער ערשטער הימל און די ערשטע ערד זענען פארגאנגען; און דער ים איז מער נישטא. (ישעיהו סה, יז.) 2און די הייליקע שטאט ירושלים האב איך געזען אראפנידערן ביי אויס דעם הימל פון ה׳, צוגעגרייט ווי א כלה אויסגעצירט פאר איר מאן. 3און האב געהערט א הויך קול פון דעם כסא הכבוד, אזוי צו זאגן: זע, דאס משכן פון ה׳ איז מיט די מענטשן, און ער וועט וואוינען צווישן זיי, און זיי וועלן זיין זיינע פעלקער, און ה׳ אליין וועט זיין מיט זיי, 4און וועט אפווישן יעדע טרער פון זייערע אויגן; און דער טויט וועט שוין מער נישט עקזיסטירן; עס וועט מער נישט זיין קיין טרויער, קיין געשריי, קיין שמארץ; ווייל די ערשטע זאכן זענען פארביי. 5און דער, וועלכער זיצט אויפן כסא הכבוד, האט געזאגט: זע, איך מאך אלץ ניי! נאך האט ער געזאגט: שרייב! מחמת די דאזיקע ווערטער זענען באגלויבט און ווארהאפטיק! 6און האט צו מיר געזאגט: עס איז געשען. איך בין דער אלף און דער תוו, דער אנהויב און דער סוף. איך וועל געבן דעם דורשטיקן אויס דעם קוואל פון וואסער פון לעבן אומזיסט. 7ווער עס איז מנצח, דער וועט ירשענען די דאזיקע זאכן; און איך וועל זיין צו אים פאר א ג‑ט, און ער וועט זיין צו מיר א זון. 8די שרעקעוודיקע אבער און אומגלויביקע און אומווירדיקע און רוצחים און זונים און מכשפים און געצנדינער און אלע ליגנער, זייער חלק וועט זיין אין דעם טייך, וואס ברענט מיט פייער און שוועבל; דאס איז דער צווייטער טויט!
9און עס איז געקומען איינער פון די זיבן מלאכים, וועלכע האבן געהאט די זיבן געפעסן, וואס זענען געווען אנגעפילט מיט די זיבן לעצטע מכות, און האט גערעדט מיט מיר, אזוי צו זאגן: קום, איך וועל דיר ווייזן די כלה, דעם לעמעלעס ווייב. 10און האט מיך אוועקגעפירט אינם גייסט אויף א גרויסן און הויכן בארג, און מיר געוויזן די הייליקע שטאט ירושלים, אראפנידערן אויס דעם הימל פון ה׳, 11האבנדיק ה׳ס הערלעכקייט; איר ליכט איז געווען גלייך צום טייערן שטיין, ווי א יאספיס שטיין, לויטער קריסטאל; 12האבנדיק א גרויסע און הויכע מויער, מיט צוועלף טויערן, און אויף די טויערן צוועלף מלאכים; און נעמען זענען געווען אויפגעשריבן, וואס זענען די נעמען פון די צוועלף שבטים פון די קינדער ישראל; 13פון מזרח זייט דריי טויערן, און פון צפון זייט דריי טויערן, און פון דרום זייט דריי טויערן, און פון מערב זייט דריי טויערן. 14און די מויער פון דער שטאט האט צוועלף פונדאמענטן, און אויף זיי זענען די צוועלף נעמען פון די צוועלף שליחים פון דעם לעמעלע. 15און דער, וואס האט מיט מיר גערעדט, האט געהאט א מאסשטאב, א גאלדענעם שטעקן, כדי צו מעסטן די שטאט און אירע טויערן און איר מויער. 16און די שטאט ליגט פירעקיק, און איר לענג איז אזויפיל ווי איר ברייט; און ער האט געמאסטן די שטאט מיט דעם שטעקן, צוועלף טויזנט סטאדיען; איר לענג און ברייט און הויך זענען גלייך. 17און האט געמאסטן איר מויער, הונדערט און פיר און פערציק איילן, ווי די מאס פון א מענטשן, דאס הייסט פון א מלאך. 18און דער בוי פון איר מויער איז יאספיס; און די שטאט איז פון לויטער גאלד, ענלעך צו לויטער גלאז. 19די פונדאמענטן פון דער מויער פון דער שטאט זענען באצירט מיט כלערליי טייערע שטיינער. דער ערשטער פונדאמענט, א יאספיס; דער צווייטער, א שאפיר; דער דריטער, א אגאט; דער פערטער, א שמאראק; 20דער פיפטער, א סארדאניקס; דער זעקסטער, א רובין; דער זיבעטער, א כריזאליט; דער אכטער, א בעריל; דער ניינטער, א טאפאז; דער צענטער, א כריזאפראס; דער עלעפטער, א היאצינט; דער צוועלפטער, אן אמעטיסט. 21און די צוועלף טויערן זענען צוועלף פערל, איטלעכעס איינע טויער איז געווען פון איין פערל; און די גאס פון דער שטאט לויטער גאלד, ווי דורכזיכטיק גלאז. 22און קיין היכל האב איך אין איר נישט געזען; ווארום דער האר ג‑ט, כביכול, און דאס לעמעלע זענען איר היכל. 23און די שטאט דארף נישט האבן די זון, נישט די לבנה, זי צו באלויכטן; ווארום דער כבוד פון ה׳ האט געשיינט איבער איר, און דאס לעמעלע איז איר ליכט. (ישעיהו ס, יט.) 24און די פעלקער וועלן גיין אין איר ליכט; און די מלכים פון דער ערד ברענגען זייער הערלעכקייט צו איר. 25און אירע טויערן וועלן נישט פארשלאסן ווערן בייטאג; ווארום עס וועט דארטן נישט זיין קיין נאכט; 26און מען וועט ברענגען צו איר דעם כבוד און די פראכט פון די פעלקער; 27און עס וועט בשום אופן אין איר נישט אריינגיין קיין שום טמא זאך, און ווער עס טוט אומווירדיקייט און שקר; נאר די, וואס זענען איינגעשריבן אין דעם לעמעלעס ספר החיים.
Currently Selected:
די אנטפלעקונג 21: OYBC
Highlight
Copy
Compare
Share
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament
© Artists for Israel International, 2022.