YouVersion Logo
Search Icon

די אנטפלעקונג 22

22
קאפיטל צוויי און צוואנציק
1און ער האט מיר געוויזן א שטראם פון וואסער פון לעבן, קלאר ווי קריסטאל, וואס איז ארויסגעגאנגען פון ה׳ס כסא הכבוד און פון דעם לעמעלע, 2אינמיטן פון איר גאס. און פון דער זייט און פון יענער זייט פון דעם טייך א בוים פון לעבן, וואס ברענגט צוועלף מינים פירות, און גיט יעדן חודש זיין פרוכט; און די בלעטער פון דעם בוים זענען פאר א רפואה צו די פעלקער. 3און עס וועט מער נישט זיין קיין קללה; און ה׳ס כסא הכבוד און דעם לעמעלע וועט זיין אין איר; און זיינע קנעכט וועלן אים דינען; 4און וועלן זען זיין פנים; און זיין נאמען וועט זיין אויף זייערע שטערנס. 5און קיין נאכט וועט מער נישט זיין; און מען דארף נישט דאס ליכט פון קיין לייכטער, נישט דאס ליכט פון דער זון; ווייל ג‑ט דער האר וועט לויכטן איבער זיי; און זיי וועלן קעניגן לעלמי עולמים.
6און ער האט צו מיר געזאגט: די דאזיקע ווערטער זענען באגלויבט און ווארהאפטיק; און דער האר, דער ג‑ט פון די גייסטער פון די נביאים, האט געשיקט זיין מלאך, צו ווייזן זיינע קנעכט, וואס עס דארף געשען אינגיכן— 7און זע, איך קום באלד—וואויל איז דעם, וועלכער היט אפ די ווערטער פון דער נבואה פון דעם דאזיקן ספר.
8און איך, יוחנן, בין דער, וואס האט געזען און געהערט די דאזיקע זאכן. און ווען איך האב זיי געהערט און געזען, בין איך אנידערגעפאלן, כדי זיך צו בוקן פאר די פיס פון דעם מלאך, וועלכער האט מיר זיי געוויזן. 9און ער האט צו מיר געזאגט: גיב אכטונג, טו דאס נישט! איך בין דיין מיטקנעכט און פון דיינע ברידער, די נביאים, און פון די, וואס היטן אפ די ווערטער, פון דעם דאזיקן ספר; צו ה׳ זאלסטו דיך בוקן!
10און ער האט צו מיר געזאגט: פארחתמע נישט די ווערטער פון דער נבואה פון דעם דאזיקן ספר; ווארום די צייט איז נאענט. 11ווער עס טוט אומרעכט, דער זאל ווייטער טאן אומרעכט; און דער טמא זאל ווייטער זיין טמא; און דער צדיק זאל ווייטער עוסק זיין אין צדקות; און דער קדוש זאל זיך ווייטער הייליקן! 12זע, איך קום באלד; און מיין שכר איז מיט מיר, צו פארגעלטן יעדן איינעם לויט זיין מעשים. 13איך בין דער אלף און דער תוו, דער ערשטער און דער לעצטער, דער אנהויב און דער סוף. 14וואויל איז די, וועלכע וואשן זייערע קליידער, כדי זיי זאלן האבן רשות צום עץ החיים, און זאלן אריינקומען דורך די טויערן אין דער שטאט אריין. 15אינדרויסן זענען די כלבים און די מכשפים און די זונים און די רוצחים און די געצנדינער, און יעדער איינער, וועלכער האט ליב און איז עוסק אין שקר.
16איך, יהושע/ישוע, האב געשיקט מיין מלאך, עדות צו זאגן צו אייך די דאזיקע זאכן פאר די קהלות. איך בין דער שורש און דער צמח (יהושע; זכריה ג, ח; ו, יא-יב.) פון דוד (ישעיהו יא, א, י.), דער העלער מארגנשטערן. 17און דער גייסט און די כלה זאגן: קום! און זאל דער הערער זאגן: קום! און דער דורשטיקער זאל קומען; און ווער עס וויל זאל נעמען פונם וואסער פון לעבן אומזיסט.
18איך זאג עדות צו יעדן איינעם, וועלכער הערט די ווערטער פון דער נבואה פון דעם דאזיקן ספר: ווען עמיצער וועט צולייגן צו זיי, וועט ה׳ ארויפלייגן אויף אים די מכות, וואס שטייען געשריבן אין דעם דאזיקן ספר; 19און אויב עמיצער וועט אוועקנעמען פון די ווערטער פון דעם ספר פון דער דאזיקער נבואה, וועט ה׳ אוועקנעמען זיין חלק פון דעם בוים פון לעבן און פון דער הייליקער שטאט, דערפון וואס שטייט געשריבן אין דעם דאזיקן ספר.
20דער עדות פון די דאזיקע זאכן זאגט: יא, איך קום באלד. אמן; קום האר יהושע/ישוע!
21דער חסד פון דעם האר יהושע/ישוע זאל זיין מיט אייך אלעמען. אמן.

Highlight

Copy

Compare

Share

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in