1
די אנטפלעקונג 4:21
דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה
OYBC
און וועט אפווישן יעדע טרער פון זייערע אויגן; און דער טויט וועט שוין מער נישט עקזיסטירן; עס וועט מער נישט זיין קיין טרויער, קיין געשריי, קיין שמארץ; ווייל די ערשטע זאכן זענען פארביי.
Compare
Explore די אנטפלעקונג 21:4
2
די אנטפלעקונג 5:21
און דער, וועלכער זיצט אויפן כסא הכבוד, האט געזאגט: זע, איך מאך אלץ ניי! נאך האט ער געזאגט: שרייב! מחמת די דאזיקע ווערטער זענען באגלויבט און ווארהאפטיק!
Explore די אנטפלעקונג 21:5
3
די אנטפלעקונג 3:21
און האב געהערט א הויך קול פון דעם כסא הכבוד, אזוי צו זאגן: זע, דאס משכן פון ה׳ איז מיט די מענטשן, און ער וועט וואוינען צווישן זיי, און זיי וועלן זיין זיינע פעלקער, און ה׳ אליין וועט זיין מיט זיי
Explore די אנטפלעקונג 21:3
4
די אנטפלעקונג 6:21
און האט צו מיר געזאגט: עס איז געשען. איך בין דער אלף און דער תוו, דער אנהויב און דער סוף. איך וועל געבן דעם דורשטיקן אויס דעם קוואל פון וואסער פון לעבן אומזיסט.
Explore די אנטפלעקונג 21:6
5
די אנטפלעקונג 7:21
ווער עס איז מנצח, דער וועט ירשענען די דאזיקע זאכן; און איך וועל זיין צו אים פאר א ג‑ט, און ער וועט זיין צו מיר א זון.
Explore די אנטפלעקונג 21:7
6
די אנטפלעקונג 8:21
די שרעקעוודיקע אבער און אומגלויביקע און אומווירדיקע און רוצחים און זונים און מכשפים און געצנדינער און אלע ליגנער, זייער חלק וועט זיין אין דעם טייך, וואס ברענט מיט פייער און שוועבל; דאס איז דער צווייטער טויט!
Explore די אנטפלעקונג 21:8
7
די אנטפלעקונג 1:21
און איך האב געזען א נייעם הימל און א נייע ערד; ווארום דער ערשטער הימל און די ערשטע ערד זענען פארגאנגען; און דער ים איז מער נישטא. (ישעיהו סה, יז.)
Explore די אנטפלעקונג 21:1
8
די אנטפלעקונג 2:21
און די הייליקע שטאט ירושלים האב איך געזען אראפנידערן ביי אויס דעם הימל פון ה׳, צוגעגרייט ווי א כלה אויסגעצירט פאר איר מאן.
Explore די אנטפלעקונג 21:2
9
די אנטפלעקונג 23:21-24
און די שטאט דארף נישט האבן די זון, נישט די לבנה, זי צו באלויכטן; ווארום דער כבוד פון ה׳ האט געשיינט איבער איר, און דאס לעמעלע איז איר ליכט. (ישעיהו ס, יט.) און די פעלקער וועלן גיין אין איר ליכט; און די מלכים פון דער ערד ברענגען זייער הערלעכקייט צו איר.
Explore די אנטפלעקונג 21:23-24