YouVersion Logo
Search Icon

די שליחים געשיכטע 25

25
קאפיטל פינף און צוואנציק
1און פעסטוס, קומענדיק אין דער פראווינץ אריין, איז אין דריי טעג ארום ארויפגעגאנגען פון קיסריה קיין ירושלים. 2און די הויפט כהנים און די פארנעמסטע יידן זענען דערשינען פאר אים קעגן פוילוסן, און האבן אים געבעטן, 3פארלאנגענדיק א געפעליקייט קעגן אים (ד.ה. פוילוסן), אז ער זאל אים לאזן ברענגען קיין ירושלים; ווייל זיי האבן געמאכט א פארשווערונג אים צו הרגענען אונטערוועגנס. 4פעסטוס אבער האט געענטפערט, אז פוילוס בלייבט אונטער וואך אין קיסריה, און אליין וועט ער אין גיכן ארויספארן אהין. 5דעריבער זאלן די באפולמעכטיקטע צווישן אייך, האט ער געזאגט, מיטאראפקומען (מיט מיר), אויב עס איז דא עפעס אן אומרעכט אין דעם מאן, זאלן זיי אים אנקלאגן. 6און נאכן פארבלייבן ביי זיי נישט מער ווי אכט אדער צען טעג, איז ער אראפ קיין קיסריה; צומארגנס האט ער זיך אנידערגעזעצט אויף דער ריכטער שטול, און באפוילן, מען זאל ברענגען פוילוסן. 7און ווען ער איז געקומען, האבן זיך די יידן, וועלכע זענען אראפגעקומען פון ירושלים, געשטעלט ארום אים, ברענגענדיק א סך און שווערע באשולדיקונגען, וואס זיי האבן נישט געקענט באווייזן; 8בעת פוילוס האט זיך פארטיידיקט: נישט קעגן דער יידישער תורה, נישט קעגן דעם בית המקדש, נישט קעגן קיסר האב איך עפעס געזינדיקט. 9פעסטוס אבער, וועלנדיק געפינען חן ביי די יידן, האט ענטפערנדיק פוילוסן געזאגט: צי ווילסטו ארויפגיין קיין ירושלים, און דארטן פון מיר געמשפט ווערן וועגן די דאזיקע זאכן? 10האט פוילוס געזאגט: איך שטיי פארן קיסרס טריבונאל שטול, וואו איך דארף געמשפט ווערן; יידן האב איך נישט געטאן קיין שום עוולה, ווי אפילו דו ווייסט עס גאנץ גוט. 11און אויב איך בין דאך באגאנגען א פארברעך, און האב געטאן עפעס, פאר וועלכן איך בין חייב מיתה, אויסמיידן איך מיך נישט צו שטארבן; אויב אבער קיין זאך איז נישט (אמת), פון וועלכע זיי באשולדיקן מיך, קען מיך קיינער נישט איבערגעבן צו זיי. איך אפעליר צום קיסר. 12דעמאלט האט פעסטוס זיך באראטן מיט זיינע יועצים, און האט געענטפערט: צום קיסר האסטו אפעלירט, צום קיסר וועסטו גיין!
13און נאכן אפלויף פון אייניקע טעג, איז דער קעניג אגריפא מיט בערעניקא געקומען קיין קיסריה און האבן באגריסט פעסטוסן. 14און היות זיי האבן דארט פארברענגט א סך טעג, האט פעסטוס געלייגט פארן קעניג פוילוסנס זאך, זאגנדיק: פעליקס האט איבערגעלאזט א געוויסן מאן אין קייטן, 15וועגן וועמען, ווען איך בין געקומען קיין ירושלים, די יידישע הויפט כהנים און זקנים זענען דערשינען פאר מיר, פארלאנגענדיק אן אורטייל קעגן אים; 16וועמען איך האב געענטפערט, אז עס איז נישט דער מנהג ביי רוימער איבערצוגעבן א מענטשן (צום טויט) איידער דער באשולדיקטער האט די באשולדיקער פאר זיך פנים אל פנים, און באקומט א געלעגנהייט זיך צו פארטיידיקן אויף דער באשולדיקונג. 17ווען דעריבער זיי זענען זיך אהער צוזאמענגעקומען, האב איך נישט געמאכט קיין אויפהאלט, (נאר גלייך) דעם אנדערן טאג מיך געזעצט אויף דער ריכטער שטול און באפוילן, מען זאל ברענגען דעם מאן. 18קעגן וועמען די באשולדיקער, אוועקשטעלנדיק זיך, האבן נישט געברענגט קיין שום באשולדיקונג פון פארברעכנס, ווי איך האב חושד געווען, 19נאר האבן געהאט געוויסע טענות צו אים וועגן זייער אייגענער אמונה, און וועגן א געוויסן יהושע/ישוע, וועלכער איז געשטארבן, און וואס פוילוס זאגט, אז ער לעבט. 20און איך, זייענדיק אין ספק בנוגע דער אויספארשונג פון אזעלכע שאלות, האב געפרעגט, צי ער וויל גיין קיין ירושלים און דארטן געמשפט ווערן וועגן די דאזיקע זאכן. 21אזויווי אבער פוילוס האט אפעלירט, צו בלייבן אין ארעסט ביז צו דעם קיסרס אנטשיידונג, האב איך באפוילן, ער זאל באוואכט ווערן, ביז איך וועל אים שיקן צום קיסר. 22און אגריפא האט געזאגט צו פעסטוסן: איך אליין וואלט אויך געוואלט הערן דעם מענטשן. צומארגנס, האט ער געזאגט, וועסטו אים הערן.
23צומארגנס דעריבער, ווען אגריפא איז געקומען מיט בערעניקא מיט גרויס פאראד, און זענען אריינגעגאנגען אינם געריכטזאל מיט די הויפטלייט און אנגעזעענסטע מענער פון דער שטאט, האט פעסטוס געגעבן א באפעל, מען זאל ברענגען פוילוסן. 24און פעסטוס האט געזאגט; קעניג אגריפא, און איר אלע מענער, וועלכע זענען (דא) אנוועזנד ביי אונדז, איר זעט דעם דאזיקן (מענטשן), וועגן וועמען די גאנצע מאסע פון די יידן האט מיך געבעטן אין ירושלים און אויך דא, שרייענדיק, אז ער טאר לענגער נישט לעבן. 25איך האב אבער פארשטאנען, אז ער האט גארנישט געטאן, פאר וועלכן ער זאל זיין חייב מיתה; נאר ווייל ער אליין האט אפעלירט צום קיסר, האב איך באשלאסן אים צו שיקן. 26איך האב אבער נישט עפעס גענויעס צו שרייבן וועגן אים צו מיין האר. דערפאר האב איך אים געברענגט פאר אייך, און איבערהויפט פאר דיר, קעניג אגריפא, כדי נאך דער אויספארשונג זאל איך האבן וואס צו שרייבן. 27ווארום עס שיינט מיר אויס נישט לאגיש, צו שיקן א געפאנגענעם, און נישט אנצוגעבן די באשולדיקונגען קעגן אים.

Highlight

Copy

Compare

Share

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in