די שליחים געשיכטע 26
26
קאפיטל זעקס און צוואנציק
1און אגריפא האט געזאגט צו פוילוסן: עס איז דיר דערלויבט צו רעדן פאר דיר אליין. דעמאלט האט פוילוס אויסגעשטרעקט די האנט און זיך פארטיידיקט:
2איך שעץ מיך גליקלעך, אָ קעניג אגריפא, וואס איך דארף מיך היינט פארטיידיקן פאר דיר וועגן אלעם, וואס די יידן קלאגן מיך אָן; 3איבערהויפט ווייל דו ביסט א קענער פון אלע מנהגים און שאלות ביי יידן; דערפאר בעט איך דיך, דו זאלסט מיך אויסהערן מיט געדולד. 4וואס שייך מיין שטייגער לעבן פון דער יוגנט אָן, וועלכער איז געווען פונם סאמע אנהויב צווישן מיין פאלק אין ירושלים, ווייסן אלע יידן, 5און קענען מיך שוין פון לאנג, זיי זאלן נאר וועלן עדות זאגן, אז לויט דער שטרענגסטער כיתה פון אונדזער אמונה האב איך געלעבט, א פרוש. 6און איצט שטיי איך געמשפט צו ווערן צוליב דער האפענונג פון דער הבטחה, וועלכע ה׳ האט געמאכט צו אונדזערע אבות, 7צו וועלכער אונדזערע צוועלף שבטים, דינענדיק ה׳ בהתמדה יומם ולילה, האפן צו דערגרייכן. וועגן דער האפענונג ווער איך אנגעקלאגט פון די יידן, אָ קעניג! 8פארוואס האלט מען עס ביי אייך פאר אומגלויבלעך, אז ה׳ וועקט אויף טויטע? 9איך אליין טאקע האב מיר געטראכט, אז איך מוז א סך טאן קעגן דעם נאמען פון יהושע/ישוע פון נצרת. 10און האב עס אויך געטאן אין ירושלים; און פיל פון די הייליקע האב איך איינגעשלאסן אין תפיסות, האבנדיק באקומען מאכט פון די הויפט כהנים; און ווען מען האט זיי אומגעבראכט האב איך צוגעשטימט דערצו. 11און אין אלע שולן האב איך זיי אפט באשטראפט, און זיי געצוואונגען צו לעסטערן; און זייענדיק אויסערסט צארנדיק אויף זיי, האב איך זיי גערודפט אפילו ביז אין שטעט חוץ לארץ. 12און בשעת איך בין געפארן וועגן דעם קיין דמשק מיט רשות און אויפטראג פון די הויפט כהנים, 13האב איך אין מיטן טאג געזען אונטערוועגנס, אָ קעניג, א ליכט פון הימל, העלער ווי די זון, (וואס) האט מיך ארומגעלויכטן און די, וואס זענען געפארן מיט מיר. 14און ווען מיר אלע זענען אנידערגעפאלן אויף דער ערד. האב איך געהערט א קול, וואס האט צו מיר געזאגט אויף לשון קודש: שאול, שאול וואס פארפאלגסטו מיך? עס איז שווער פאר דיר צו שטויסן קעגן שפיציקע שטעקנס. 15און איך האב געזאגט: ווער ביסטו, האר? און דער האר האט געזאגט: איך בין יהושע/ישוע, וועמען דו פארפאלגסט. 16נאר הויב דיך אויף, און שטעל דיך אויף דיינע פיס; ווארום פאר דעם דאזיקן האב איך מיך צו דיר באוויזן, דיך צו מאכן פאר א דינער און עדות פון דעם, וואס דו האסט געזען פון מיר, און פון די זאכן, אין וועלכע איך וועל מיך צו דיר באווייזן; 17איך וועל דיך מציל זיין פון דעם (יידישן) פאלק און פון די אומות (העולם), צו וועלכע איך שיק דיך, 18אויפצועפענען זייערע אויגן, אז זיי זאלן זיך אומקערן פון דער פינצטערניש צום ליכט, און פון דער מאכט פונם שׂטן צו ה׳, כדי זיי זאלן באקומען פארגעבונג פון זינד, און א ירושה צווישן די, וועלכע זענען געהייליקט געווארן דורך (דרך ה׳) אמונה אין מיר. 19דערפאר, אָ קעניג אגריפא, בין איך נישט געווארן אומגעהארכזאם צו דעם חיזיון פון הימל; 20נאר ערשטנס צו די אין דמשק און אין ירושלים, און איבערן גאנצן לאנד יהודה, און צו די אומות העולם האב איך געדרשנט, אז זיי זאלן תשובה טאן און זיך אומקערן צו ה׳, און טאן מעשים (טובים), וואס זענען ראוי פון תשובה. 21צוליב דעם דאזיקן האבן מיך יידן געכאפט אינם בית המקדש, און האבן פארזוכט מיך צו טייטן. 22דעריבער אזויווי איך האב באקומען די הילף, וואס איז פון ה׳, שטיי איך ביז צום היינטיקן טאג, עדות זאגנדיק פאר קליין און פאר גרויס, און זאג נישט קיין שום זאך אחוץ דאס, וואס די נביאים און משה (רבינו) האבן געזאגט, אז עס וועט געשען: 23אז דער משיח וועט ליידן, און אז ער, דער ערשטער אויפצושטיין תחית המתים, וועט אנזאגן א ליכט צום (יידישן) פאלק און צו די אומות (העולם).
24און בשעת ער האט אזוי גערעדט צו זיין פארטיידיקונג, האט פעסטוס געזאגט מיט א הויך קול: פוילוס, דו ביסט אראפ פונם זינען; דאס פילע לערנען דערפירט דיך צו משוגעת. 25פוילוס אבער האט געזאגט: איך בין נישט משוגע, אָ נאבעלער פעסטוס, נאר איך רעד ווערטער פון אמת און ניכטערקייט. 26ווארום וועגן די דאזיקע זאכן, ווייסט דער קעניג, צו וועמען איך רעד אויך מיט דרייסטקייט; ווארום איך בין בטוח, אז פון די דאזיקע זאכן איז אים גארנישט פארהוילן, ווייל עס איז נישט געטאן געווארן אין א (געהיים) ווינקל. 27קעניג אגריפא, צי גלויבסטו די נביאים? איך ווייס, אז דו גלויבסט! 28און אגריפא (האט געזאגט) צו פוילוסן: עס פעלט נישט קיין סך, און דו האסט מיך איבערגערעדט צו ווערן א (דרך ה׳) משיחיסט! 29און פוילוס (האט געזאגט): הלוואי, זאל ה׳ געבן, צי מיט ווייניק צי מיט א סך, אז נישט נאר דו אליין, נאר אויך אלע, וועלכע הערן מיך היינט, זאלן ווערן אזעלכע, ווי איך בין, (נאר) אָן די דאזיקע קייטן.
30און דער קעניג איז אויפגעשטאנען און דער גובערנאטאר און בערעניקא און די, וואס זענען געזעסן מיט זיי; 31און בשעתן אוועקגיין, האבן זיי גערעדט איינס מיטן אנדערן, אזוי צו זאגן: דער דאזיקער מענטש האט גארנישט געטאן, פאר וועלכן ער זאל זיין חייב מיתה אדער קייטן. 32און אגריפא האט געזאגט צו פעסטוסן: דער דאזיקער מענטש וואלט געקענט באפרייט ווערן, אויב ער וואלט נישט אפעלירט צום קיסר.
Currently Selected:
די שליחים געשיכטע 26: OYBC
Highlight
Copy
Compare
Share
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament
© Artists for Israel International, 2022.