און נאכן פארבלייבן ביי זיי נישט מער ווי אכט אדער צען טעג, איז ער אראפ קיין קיסריה; צומארגנס האט ער זיך אנידערגעזעצט אויף דער ריכטער שטול, און באפוילן, מען זאל ברענגען פוילוסן. און ווען ער איז געקומען, האבן זיך די יידן, וועלכע זענען אראפגעקומען פון ירושלים, געשטעלט ארום אים, ברענגענדיק א סך און שווערע באשולדיקונגען, וואס זיי האבן נישט געקענט באווייזן