ב קארינטער בריוו 10
10
קאפיטל צען
1און איך אליין, פוילוס, בעט אייך דורך דער עניוותדיקייט און באשיידנקייט פון דעם משיח, איך, וואס פנים אל פנים בין א שפל רוח צווישן אייך, פונדערווייטנס אבער מוטיק לגבי אייך: 2איך בעט, אז ווען איך וועל זיין אנוועזנד, זאל איך נישט מוזן זיין מוטיק מיט דעם בטחון, מיט וועלכן איך האב בדעה ארויסצוטרעטן קעגן אייניקע, וואס באטראכטן אונדז ווי מיר וואלטן לעבן לויטן פלייש. 3ווארום הגם מיר לעבן אינם פלייש, פירן מיר דאך נישט מלחמה לויטן פלייש; 4ווייל די כלי זין פון אונדזער מלחמה זענען נישט פליישלעך, נאר מעכטיק פאר ה׳ צום צעשטערן פעסטונגען. 5מיר ווארפן אום תחבולות, און יעדע הויכקייט, וואס דערהייבט זיך קעגן דער דערקענטעניש פון ה׳, און נעמען געפאנגען יעדע מחשבה צו דער געהארכזאמקייט פונם משיח, 6און שטייען גרייט זיך אפצורעכענען מיט יעדער ווידערשפעניקייט, ערשט ווען אייער געהארכזאמקייט וועט ווערן פולשטענדיק. 7איר קוקט אויפן פנים? אויב עמיצער איז ביי זיך זיכער, אז ער געהערט צום משיח, זאל ער זיך ווידער דאס באדענקען, אז ווי ער געהערט צום משיח, אזוי געהערן מיר אויך. 8ווארום ווען איך זאל מיך אפילו אביסל מער בארימען מיט אונדזער רשות, וואס דער האר האט אונדז געגעבן צו אייער אויפבויאונג, און נישט צו אייער צעשטערונג, וועל איך נישט פארשעמט ווערן: 9כדי איך זאל נישט אויסזען ווי איך וואלט אייך געוואלט אפשרעקן דורך מיינע בריוו. 10ווייל מען זאגט: די בריוו טאקע זענען וואגיק און שטארק; אבער ער אליין איז שוואך, און זיין רעדן—פאראכטלעך (ציטירן ניטציטירן). 11זאל אזעלכער דאס בארעכענען, אז וואס מיר זענען פונדערווייטנס דורך דעם ווארט פון בריוו, דאס זענען מיר אויך בפועל (ממש) ווען אנוועזנד. 12ווארום מיר וואגן נישט זיך צו פאררעכענען אדער פארגלייכן מיט אייניקע, וואס לויבן זיך אליין; נאר מעסטנדיק זיך מיט זיך אליין און פארגלייכנדיק זיך מיט זיך אליין, זענען זיי אומפארשטאנדיקע. 13מיר אבער וועלן זיך נישט בארימען אָן א מאס, נאר לויט דעם מאסשטאב, וועלכן ה׳ האט אונדז אויסגעטיילט, ווי א מאס צו דערגרייכן אפילו ביז צו אייך. 14ווארום מיר שטרעקן זיך נישט צופיל אויס, ווי מיר וואלטן נישט דערלאנגט צו אייך; ווארום מיר זענען דאך געקומען אויך צו אייך אין דער גוטער בשורה פון דעם משיח; 15נישט בארימענדיק זיך אָן א מאס אין דער ארבעט פון אנדערע, אבער האבנדיק די האפענונג, בשעת אייער אמונה וואקסט, אז מיר וועלן פארגרעסערט ווערן אין אייך לויט אונדזער מאסשטאב צו א שפע, 16אנצוזאגן די גוטע בשורה אין (לענדער, וועלכע) ליגן אויסער אייך, און זיך נישט צו בארימען וואס שייך דעם, וואס איז שוין פארטיק אין אן אנדערנס גבול. 17ווער אבער עס בארימט זיך, דער זאל זיך בארימען אינם האר (ג‑ט). (ירמיהו ט, כג.) 18ווארום נישט דער, וואס לויבט זיך אליין, איז אנגענומען, נאר דער, וועמען דער האר לויבט.
Currently Selected:
ב קארינטער בריוו 10: OYBC
Highlight
Copy
Compare
Share
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament
© Artists for Israel International, 2022.